די אָרגאַניזירער פֿון די „באָבע־פּרעמיעס‟ — דער גרעסטער קאָנקורס פֿון נײַע ייִדישע לידער און כּלי־זמר־קאָמפּאָזיציעס אויף דער וועלט — האָבן געמאָלדן אַז מע האָט פֿאַרלענגערט דעם טערמין אַרײַנצושיקן די שאַפֿונגען ביזן 31סטן אויגוסט 2021.
די געווינער וועלן באַקומען פּריזן פֿון $200 ביז $1,000.
פֿאַראַיאָרן האָט דער קאָנקורס צוגעצויגן לידער פֿון 136 זינגער און מוזיקער אין 22 לענדער. צווישן די באַלוינטע לידער זענען געווען דזשאַש וואַלעצקיס „דער תּלין“, וועגן דעם מאָרד פֿון דזשאָרדזש פֿלויד, און עפֿים טשאָרניס און סוזאַנאַ גערגוסעס „ס׳איז דרום־אַמעריקע“.
Leave a Reply