די ייִדישע ליטעראַטור האָט אַ היפּשע צאָל בולטע אימאַזשן פֿון קאַפֿע־הײַזער: מנחם–מענדלס שילדערונג פֿון „קאַפֿע פֿאַנקאָני‟ אין אָדעס; די ניו־יאָרקער „קיביזאַרנע‟ און „קאַפֿע–ראָיאַל‟ אױפֿן איסט–סײַד.
אָפֿט לײענט מען די דאָזיקע באַשרײַבונגען װי טשיקאַװע עפּיזאָדן, אָבער אין דער אמתן איז דאָס קאַװע־הױז געװען אַ װיכטיקע קולטורעלע אינסטיטוציע, בפֿרט ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה. דאָס בוך פֿון פּראָפֿעסאָר שחר פּינסקער, ”A Rich Brew“
האָט אַן אַמביציעזן אונטערקעפּל: „װי אַזױ די קאַפֿע־הײַזער האָבן געשאַפֿן די מאָדערנע ייִדישע קולטור‟. װען מען לײענט איבער דעם װאָגיקן באַנד זעט מען בפֿירוש, אַז די קאַפֿע־הײַזער אין אײראָפּע, אַמעריקע און ארץ־ישׂראל זײַנען געװען זײער אַ פּראָדוקטיװ אָרט, װוּ מען האָט געשריבן, געלײענט, געשמועסט און אַ סך זיך געאַמפּערט װעגן דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.
די ליבע־געשיכטע צװישן ייִדן און קאַפֿע־הײַזער הײבט זיך אָן אין בערלין אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט. „דאָס געלערנטע קאַפֿע־הױז‟ איז געװען אַ נײַער לאָקאַל, װוּ די בערלינער אינטעליגענץ האָט זיך געקאָנט טרעפֿן, לײענען צײַטונגען, שפּילן שאַך און שמועסן. צװישן די אַרײַנגײער אין דעם קאַפֿע־הױז איז געװען משה מענדלסאָן, דער „פֿאָטער‟ פֿון דער בערלינער השׂכּלה. קאַװע איז געװען כּשר און דאָס קאַפֿע־הױז האָט ניט געהאַט קײן קריסטלעכן טעם. דװקא דאָ האָט מענדלסאָן פֿאַרטראַכט זײַנע פּובליקאַציעס, װאָס זײַנען געװאָרן די בימה פֿאַר זײַנע משׂכּילישע אידעען.

