הײַנט װעט זיכער עפּעס פֿאָרקומען.“ אַזױ רעדן צװישן זיך ייִדן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אױף אַ ראָג גאַס אינעם װאַרשעװער געטאָ. אײנער פּרוּװט זײַן אָפּטימיסטיש: „ייִדן, שרעקט זיך נישט, איר װעט זען, מיט גאָטס הילף, װעלן מיר די נײַע גזירה אױך איבערקומען“. דאָס איז געװען דער 22טער יולי 1942, דער ערשטער טאָג פֿון דער „גרױסער דעפּאָרטאַציע“, װען די דײַטשן האָבן אַרױסגעפֿירט אַרום 250 טױזנט ייִדן אין די אומברענג־לאַגערן.
מיט דער סצענע עפֿנט װלאַדקע מיד איר בוך זכרונות „פֿון בײדע זײַטן געטאָ־מױער“ װעגן איר לעבן אין װאַרשע בעתן חורבן. לכתּחילה זײַנען זיי אַרױס אין המשכים אין „פֿאָרװערטס“ גלײַך נאָך איר אָנקומען קײן אַמעריקע אין 1946. אין 1948 איז דאָס בוך דערשינען בײַ דעם בילדונג־קאָמיטעט פֿון אַרבעטער־רינג. אין 1977 איז דאָס בוך אַרויס אױף ענגליש מיט אַ הקדמה פֿון אלי װיזעל. איצט איז פּובליקירט געוואָרן אַ פֿאַרברײטערטע אױפֿלאַגע באַגלײט מיט הקדמות פֿונעם היסטאָריקער שמואל קאַסאָװ און פֿונעם איבערזעצער, װלאַדקעס זון סטיװען (שלמה) מיד.
וולאַדקע מיד ברענגט דעם לײענער גלײַך אַרײַן אין דער אַטמאָספֿער פֿון האָפֿענונג, שרעק און ייִאוש וואָס האָט געהערשט אינעם װאַרשעװער געטאָ. זי לאָזט דעם לײענער הערן דעם מישמאַש פֿון שטימען פֿון ייִדן, דײַטשן און זײערע אוקראַיִנער מיטהעלפֿער, פֿון װעלכע עס שאַפֿט זיך די טראַגישע געשיכטע פֿון די לעצטע צען חדשים פֿונעם געטאָ.
צום גליק האָט זי אױסגעמיטן די טעגלעכע „אַקציִעס“, װען די „מונדירן“ — דער נאָמען פֿאַר דער ייִדישע פּאָליצײ אױפֿן געטאָ־לשון — האָבן געכאַפּט ייִדן פֿאַר די דעפּאָרטאַציעס. באַלד איז זי געבליבן אַלײן: „די מאַמע, ברודער און שװעסטער זײַנען אַװעקגעפֿירט
אין דער פּײַנלעכער אומבאַװוּסטקײט“. װלאַדקע האָט אָבער געהאַט אַ גוטן מזל צו באַקומען אַן אַרבעט אין אײנעם פֿון די װאַרשטאַטן װאָס האָבן באַדינט די דײַטשן.

