Large Jewish Cemetery in Warsaw is Vandalized

630 473

וואַרשע. — דער פּלויט פֿון אַ ייִדישן בית־עולם אין וואַרשע — איינער פֿון די גרעסטע בית־הקבֿרות אין גאַנץ אייראָפּע — איז וואַנדאַליזירט געוואָרן. דער אַטאַק אויפֿן בית־עולם אויף דער אָקאָפּאָווע־גאַס איז פֿאָרגעקומען שבת, און מע האָט עס אַנטדעקט מיט אַ טאָג שפּעטער. ביזן הײַנטיקן טאָג באַערדיקט מען דאָרט מענטשן.

מיט רויטער שפּריצפֿאַרב האָט עמעצער פֿאַרשמירט דעם פּלויט מיט די ווערטער „ייִדן פֿאַר שחיטה‟ און די דאַטע „10.12.14‟. דאָס איז די דאַטע, ווען דער פּוילישער קאָנסטיטוציע־טריבונאַל האָט געפּסקנט, אַז דער פֿאַרווער קעגן כּשרער שחיטה שטימט נישט מיט דער קאָנסטיטוציע. אויך דער טויער פֿונעם בית־עולם איז פֿאַרשמירט געוואָרן מיט געלער פֿאַרב.

ווען דער דירעקטאָר פֿונעם בית־הקבֿרות, פּשעמיסלאַוו שפּילמאַן, האָט אַנטדעקט דעם וואַנדאַליזם, האָט ער עס תּיכּף געמאָלדן דער פּאָליציי. שפּילמאַן האָט געזאָגט, אַז ער ווייסט נישט, צי דער וואַנדאַליזם איז „אַן אָפּטו פֿון אומדערוואַקסענע כוליגאַנעס אָדער אַ פּאָליטישע אַקציע‟.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185029/large-jewish-cemetery-in-warsaw-is-vandalized/#ixzz3QiDeRF63