Yiddish Immersion Program at the Medem Library

630 326

די „מעדעם־ביבליאָטעק“ אין פּאַריז איז באַקאַנט ניט בלויז ווײַל זי פֿאַרמאָגט די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער אין אייראָפּע, נאָר אויך ווײַל להיפּוך צו אַלע אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך איז זי די איינציקע, וואָס פֿאַרמאָגט אויכעט אַ ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה.

בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער רעדן די מיטאַרבעטער צווישן זיך כּמעט אויסשליסלעך אויף ייִדיש און אַפֿילו ס׳רובֿ פֿון די געסט און תּלמידים שמועסן צום־מערסטנס אויף מאַמע־לשון. צוליב אָט דער אוניקאַלער סבֿיבֿה קענען די תּלמידים וואָס לערנען זיך דאָרטן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אויף אַן אופֿן, וואָס איז זעלטן מעגלעך מחוץ די ראַמען פֿון די פֿאַרשידענע אינטענסיווע זומער־קורסן.

לעצטנס האָט די ”מעדעם־ביבליאָטעק“ געלאָזט וויסן וועגן אַ נײַער לערן־פּראָגראַם, וואָס באַנוצט זיך מיט דער דאָזיקער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, די תּלמידים זאָלן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך. די פּראָגראַם, וואָס הייסט טאַקע ”זיך אײַנטונקען אין ייִדיש“ און ווערט אָנגעפֿירט באַנאַנד מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער שווייצער שול פֿון פּאַריז, גיט די תּלמידים אַ געלעגנהייט זיך צו לערנען ייִדיש אויף אַן אינטענסיוון אופֿן במשך פֿון אַ גאַנצן שול־זמן און באַקומען דערפֿאַר אַקאַדעמישע קרעדיטן. די תּלמידים וועלן סײַ שטודירן, סײַ אַרבעטן אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, ווי אויך אָנפֿירן מיט זייערע אייגענע פֿאָרש־פּראָיעקטן.

די פּראָגראַם, פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן, נעמט אַרײַן 236 לערן־שעה אַ זמן. די סטודענטן וועלן יעדע וואָך זיך באַטייליקן אין קלאַסן פֿון ייִדישער ליטעראַטור (4 שעה), אַ קלאַס וועגן דעם לשון־קודשדיקן עלעמענט אין ייִדיש (4 שעה), אַ קלאַס פֿון ייִדישער גראַמאַטיק (2 שעה), שמועסקלאַסן (3 שעה), און אַ סעסיע מיט אַ פּריוואַטן בעל־יועץ (1 שעה אַ וואָך). איין מאָל אַ חודש וועלן די סטודענטן זיך באַטייליקן אין אַן אינטענסיוון סעמינאַר פֿון ייִדישער ליטעראַטור (7 שעה).

נאָך זייערע שטודיעס וועלן די סטודענטן קענען באַקומען 30 אַקאַדעמישע קרעדיטן פֿון דער שווייצער אוניווערסיטעט, וואָס איז דער עקוויוואַלענט פֿון אַ געוויינטלעכן זמן אין אַן אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט. (די גאַנצע פּראָגראַם איז, מער־ווייניקער, ענלעך צו די פּראָגראַמען אין וועלכע די אַמעריקאַנער סטודענטן לערנען זיך אויף אַ זמן אין אויסלאַנד). די סטודענטן וועלן אויך האָבן אַ געלעגנהייט צו אַרבעטן אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל פֿאַר סטודענטן, ”דער ייִדישער טעם־טעם“, וואָס עס גיט אַרויס די ”מעדעם־ביבליאָטעק“.

דער שׂכר־לימוד פֿון דער פּראָגראַם, וואָס דויערט 15 וואָכן (מע קען אויסקלײַבן די פּינקטלעכע דאַטעס צווישן סעפּטעמבער־יאַנואַר אָדער פֿעברואַר־יוני) איז 1,700 אייראָ. נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט talmidim@yiddishweb.com אָדער באַזוכט: http://www.yiddishweb.com/talmidim/.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200924/yiddish-immersion-program-at-the-medem-library/#ixzz4S6kvsDtb