דער עקאנאמישער אויפשוואונג איז שוין אויס אין אראבישן פירשטנטום דובאי. מ’קאן אבער נאך אלץ זען די וועלט “פון הויכע פענסטער” און עסן איינצייטיק די עלעגאנטסטע און טייערסטע מאלצייט אינעם העכסטן בנין אויף דער וועלט.
דער רעסטאראן “אטמאספערע” אויפן 122סטן שטאק פון וואלקן-קראצער “בורי כאליפע” פראוועט פייערלעך זיין דערעפענונג. דאס איז דער העכסטער רעסטאראן אויף דער וועלט, דער קלערט אדאם טיהאני, דער רעסטאראן-ארכיטעקט. טראץ דעם, וואס דער פינאנץ-קריזיס האט דערשטיקט די בלי-תקופה פון דעם פרינצטום, באזוכן עס ווייטער א סך רייכע געשעפטסלייט און אריסטאקראטן, כדי צו לעבן ווי גאט אין פאריז. דובאי איז אן ערשט-קלאסיקע שטאט מיטן אוי בערשטן פון שטויסל פאר די, וואס קאנען זיך נאך אלץ פארגינען צו צאלן דעם פרייז.
“דא,אין דער הויך’ פילט מען זיך עלעגאנט און הויכגעשטעלט”, זאגט דער ארכיטעקט, וואס מאכט אויפמערקזאם אויף די טייערע האלצערנע וואנט-טאוולען און לוקסוריעזע באנקעטעס, צו געבנדיק: “דא שוועבט מען אין דער לופטן. דאס איז א לופט-רייזע. דאס איז אייער הימל-יאכט”.
די ליפט-רייזע צו “אטמאספערע” דויערט 57 סעקונדעס מיט א שטרעקע פון 1,350 פוס צווישן פארטער און רעסטאראן. די בליץ-שנעלקייט פון דער רייזע ברענגט די אויערן צום קנאלן.
דוועין טשירט, דער הויפט-קאך פון רעסטאראן און א מייסטער אין דער פראנצויזישער קאך קונסט, מאכט טאג-טעגלעך נאר צוויי רייזעס מיטן ליפט צוליב דער שנעלער לופט-דרוק-ענדער ונג. “נעכטן בין איך ארויפגעפארן פינף מאל מיטן ליפט. און נאך פינף מאל האט זיך מיר פארדרייט דער קאפ. כ’האב שיעור ניט געחלשט. זייער אפט וויל מען ניט פארן אזוי ווייט און אזוי שנעל”, דערציילט דער באוואוסטער גאסטראנאם.
טשירט שלאגט-פאר צו באשטעלן די ספאציעליטעטן פון דעם רעסטאראן, די פראנצויזישע מכאלים, גענזן-לעבער אדער דעם,טאטאר’, א רוי אקסן-פלייש. די פרייזן ברענגען אלעמען צום חלשן, חוץ די גרויסע גבירים. א הויפט-געריכט קאסט דא אומגעפער 93 $ און א פארשפייז בערך 50 $. די מאלצייטן ווערן געקאכט אין א פראנצויזישער קיך לויט איידל-פראנצויזישע קאך-מע טאדן.
דער רעסטאראן האט אן אויסבליק, פון וועלכן מ’זעט גאנץ דובאי און נאך ווייטער. די באזוכער קאנען זען דעם קינצלעכן אינזל “די וועלט”, וואס דובאי האט געהאלטן אין בויען ביז ס’איז אנט שטאנען דער ווירטשאפטס-קריזיס. ער ליגט צווישן די בלויע כוואליעס און זאמד-בערגלעך, וואס דינען אלס בוי-פלאטפארמעס פארן איבערגעריסענעם פראיעק.
א סך בוי-פראיעקטן זיינען געווארן איבערגעריסן, אפגעלייגט אדער אין גאנצן אפגערופן צוליב די געלט-שוועריקייטן, פון וועלכע דאס פירשטנטום ליידט. דובאי קנאקט איצט אונטער א שווערער פינאנציעלער לאסט. זיינע חובות באטרעפן 100 $ ביליאן.
די פייערלעכע דערעפענונג פון רעסטאראן איז א סימן, וואס די רעצעסיע ענדיקט זיך שוין אין דובאי, דערקלערן די אייגנטימער פון “אטמאספערע”. “כ’האלט, אז די רעסטאראנען- און האטעלן-אינדוסטריע האט זיך פארשטארקט לעצטנס”, זאגט מארק דארדען, פרעזידענט פון “אאמיר האספיטאליטעט”, צוגעבנדיק: “דובאי איז נאך אלץ א רייזע- און וואקאציע-ציל מיט וועלט-קלאסיקע האטעלן און רעסטאראנען”.
די אייגנטימער האבן זיך אפגעזאגט באקאנט צו מאכן דעם קאסט פארן בויען דעם רעסטאראן. דער פראיעקט איז פארלאנגזאמט געווארן פון דער שלעכטער עקאנאמיע. ער איז אבער איז פאר ענדיקט געווארן ענדלעך ווען דער וואלקן-טורעם האט זיך דערעפנט.
די אייגנטימער דערקלערן דעם רעסטאראן פארן שיינסטן איידלשטיין אין דער קרוין פון דער העכסטער געביידע אין דער וועלט-געשיכטע. זיי זיינען פעסט איבערצייגט, אז די עקאנאמיע וועט זיך גאר אין גיכן פארשטארקן.1
Leave a Reply