International Charter for Jewish Biennial Festival 2015

500 286 Jewish Website

בײַם “פֿאָלקסבינע”־בענעפֿיט־קאָנצערט, דינסטיק, דעם 12טן יוני אין “טאַון־האָל”, מאַנהעטן, האָט דער באַקאַנטער אַקטיאָר מאַנדי פּאַטאַנקין מודיע געווען, אַז די אָרגאַניזאַציע גרייט צו דעם ערשטן “חנה מלאָטעק אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער בינעקונסט” פֿאַרן יאָר 2015. אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג וועלן אָנטיילנעמען ייִדישע און “דזשויִש” טעאַטער־טרופּעס, מוזיקאַלישע גרופּעס, פֿילם-מאַכערס און אַנדערע מינים מעדיאַ־קינסטלער, וואָס זייער קונסט פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישקייט און ייִדישער אידענטיטעט. “דאָס וועט זײַן דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿאַר ייִדישער בינע־קונסט אין דער שטאָט ניו־יאָרק”, האָט געזאָגט ברײַנע וואַסערמאַן, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון דער “פֿאָלקסבינע” — “און דער ערשטער וואָס וועט צוזאַמענברענגען אַלע מינים בינע־קונסט מיט אַ פּאַראַלעלן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום, וואָס וועט אויספֿאָרשן ווי די ייִדישע קולטור אַנטוויקלט זיך בײַ די הײַנטיקע קינסטלער”.

בײַ דעם בענעפֿיט־קאָנצערט האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד דרײַ פּערזענלעכקייטן: די ייִדישע מוזיק־פֿאָרשערין חנה מלאָטעק, דעם מעדיצינישן פּיאָנער ד״ר דזשיי וויסניצקי, און דעם פּאָפּ־זינגער ניל סעדאַקאַ. עלי וויזעל האָט פּרעזענטירט די אויסצייכענונג צו חנה מלאָטעק.

בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אויך מודיע געווען אַ קאָנקורס פֿאַר אַ בעסטער נײַער פּיעסע אויף ייִדיש, אָדער אַ נײַע “ייִדיש־אינספּירירטע” פּיעסע. דער “פֿאָרווערטס” באַגריסט אַלע דרײַ לאַורעאַטן, און בפֿרט אונדזער לאַנג־יאָריקע מיטאַרבעטערין, חנה מלאָטעק.

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website