בײַדענס אָפּקלײַב פֿאַר מלוכה־סעקרעטאַר איז דער אור־אייניקל פֿון אַ ייִדישן שרײַבער (מיט אוידיאָ)

618 410 חנה פּאָלאַק

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

ווי איר האָט שוין אפֿשר געלייענט, האָט דער פֿריש דערוויילטער פּרעזידענט דזשאָו בײַדען אויסגעקליבן דעם ייִדישן דיפּלאָמאַט אַנטאָני בלינקין צו דינען ווי דער קומענדיקער מלוכה־סעקרעטאַר. מע האָט שוין באַשריבן בלינקינס ייִדישע וואָרצלען, אַרײַנגערעכנט ווי אַזוי זײַן באַציִונג מיט זײַן שטיפֿפֿאָטער, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, ווירקט אויף זײַן צוגאַנג צו פּליטים. מסתּמא האָט איר אָבער ניט געוווּסט, אַז אַנטאָני בלינקינס עלטער־זיידע, מאיר בלינקין, איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער.

מאיר בלינקין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1879 אין פּרעיאַסלעוו, אוקראַיִנע — דאָס זעלביקע שטעטל פֿון שלום־עליכמס געבורט, האָט געשריבן אונטערן פּסעוודאָנים ב. מאיר. ער האָט פֿאַרענדיקט סײַ אַ תּלמוד־תּורה, סײַ אַ קיִעווער שול פֿאַר סוחרים. לויטן לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער איז ער געווען אַ מאַסאַזשיסט פֿון פֿאַך אָבער ווי עס זעט אויס האָט ער דאָס מסתּמא געטאָן בעת ער האָט שטודירט מעדיצין.

Read full article, click here.

AUTHOR

חנה פּאָלאַק

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: חנה פּאָלאַק

Leave a Reply

Your email address will not be published.