Yiddish at Rutgers Suffers from Budget Cuts

550 321 Jewish Website

דער גרעסטער שטאַטישער אוניווערסיטעט אין ניו־דזשערזי געפֿינט זיך אין דער שטאָט  ניו־בראָנזוויק, אַן ערך 45 מינuט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. ער הייסט  „ראָטגערס‟־אוניווערסיטעט און דער לימוד ייִדיש לערנט מען דאָרטן שוין יאָרן לאַנג.  צווישן די געוועזענע לערערס זענען געווען: איוו יאָכנאָוויץ — די פֿאָרשערין פֿון  ייִדישע מאכלים, און די קעכין אויף די „פֿאָרווערטס‟־ווידעאָס „עסט געזונטערהייט‟,  צוזאַמען מיט רחל שעכטער; די פֿילם־מאַכערין פּערל גליק; און מיט יאָרן פֿריִער,  אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, דער שרײַבער און איבערזעצער קורט לעוויאַנט,  וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסן.

דער אַמאָליקער נעבעכדיקער ייִדישע שטודיעס־אָפּטייל איז געוואָרן אַ ממשותדיקער  יש אין די 1980ער און 1990ער יאָרן אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער  פֿאָלקלאָריסטקע און קולטור־היסטאָריקערין יעל זרבבֿל. הײַנט פֿירט אָן מיטן  אָפּטייל פּראָפֿ׳ נאַנסי סינקאָף, אַ היסטאָריקערין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער  געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע. זי האָט געטאָן וואָגיקע פֿאָרשאַרבעט  סײַ וועגן דעם משׂכּיל מענדל לעפֿין, סײַ דער קאָנסערוואַטיווער אינטעלעקטואַל לוסי  דאַווידאָוויטש.

אין אַ שמועס מיט סינקאָף בנוגע דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש אין „ראָטגערס‟  האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז נישט אַלץ גייט כּשורה, נאָך ערגער, עס גייט מיט דער  פּוטער אַראָפּ. קודם־כּל, האָט זי באַטאָנט, איז „ראָטגערס‟ זייער איבערגעגעבן צו  ייִדיש, אָבער „עס קומט אונדז אַקעגן איצט אַ פֿינאַנציעלע פּראָבלעם וואָס אַלע  אין דער אַקאַדעמיע מוזן הײַנט מיטמאַכן, בפֿרט אין די שטאַטישע אוניווערסיטעטן.  אַלע שפּראַך־לימודים לײַדן איצט. אונדזער אוניווערסיטעט האָבן פֿאַרלאָזט צוויי  פּרעכטיקע סאַנסקריט־ און הינדי־פּראָפֿעסאָרן. דער שטאַטישער אוניווערסיטעט אין  אַלבאַני [ניו־יאָרק] האָט אין גאַנצן געשלאָסן דעם שפּראַכן־אָפּטייל, וואָס דאָס  איז נישט צו גלייבן.‟

די אונטערשטע שורה וואָס שייך ייִדיש איז, אַז די פּאָליטיקער אין טרענטאָן, די  קרוינשטאָט פֿון ניו־דזשערזי, ווילן האַלטן חשבון פֿון יעדן דאָלער אינעם בודזשעט.  דעריבער בײַ די „קלענערע‟ שפּראַכן און לימודים וועלן פֿון איצט אָן מוזן זיך  פֿאַרשרײַבן אַ געוויסע צאָל סטודענטן, און אויב עס וועלן נישט זײַן גענוג, וועט  מען נישט לערנען דעם קלאַס; בפֿרט, ווען דער לערער פֿונעם קורס איז נישט קיין  פֿולצײַטיקער אין דעם פֿאַקולטעט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/168442/rutgers/#ixzz2lEbZCaVO

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website