News From Warsaw

630 329 Jewish Website

אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע, „פֿרעמדע  און אומסימפּאַטישע אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן אין דער פּוילישער פּרעסע צווישן  ביידע וועלט מלחמות‟ — איז די טעמע פֿון דער נײַער אויסשטעלונג, וווּ מען קען זען  300 קאַריקאַטורן, וואָס האָבן באַגלייט אַנטיסעמיטישע אַרטיקלען אין דער פּוילישער  פּרעסע אין די יאָרן 1919־1939. אין די קאַריקאַטורן ווערט דער ייִד באַשריבן ווי  אַ פֿרעמדער, וואָס וויל אײַננעמען פּוילן און קאַליע מאַכן דאָס פֿאָלק און לאַנד.  דער ייִד ווערט געמאָלט נישט ווי אַ מענטש, נאָר ווי אַ טײַוול. די פּוילישע  קאַריקאַטוריסטן זענען געווען אין אַ געוויסער מאָס נאָכשלעפּער פֿון די מערבֿדיקע  קינסטלער, דער עיקרשט, פֿון פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד.

ערבֿ און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז געווען די „בלי־צײַט‟ פֿונעם  פּאָליטישן אַנטיסעמיטיזם, דער יורש פֿונעם אַלטן קאַטוילישן ייִדן-האַס. אין דער  דײַטש-שפּראַכיקער וועלט איז די אַנטיסעמיטישע אַגיטאַציע אין דער פּרעסע באַגלייט  געוואָרן מיט שוידערלעכע אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן. די דײַטשע אַנטיסעמיטישע  קאַריקאַטוריסטן זענען געוואָרן וועגווײַזער פֿאַר זייערע פּוילישע קאָלעגן.

שוין אין 1861 קומט אַרויס אין עסטרײַך-אונגערן אַן אַנטיסעמיטישע סאַטירישע  צײַטשריפֿט מיטן נאָמען „קיקעריקי‟ — א בײַשפּיל פֿאַר אַ סך שפּעטערדיקע  אַנטיסעמיטישע פּובליקאַציעס. „קיקעריקי‟, צוליב איר פּראָ-נאַצישער אַגיטאַציע,  ווערט אומלעגאַל אין יאָר 1933, ווען עסטרײַך איז נאָך געווען אומאָפּהענגיק.

פֿראַנקרײַך איז אויך געווען אַ קוואַל פֿון אַנטיסעמיטישער קונסט. אַ ריי פֿון  אַנטיסעמיטישע סאַטירישע צײַטשריפֿטן, צווישן זיי „לאַ קאַריקאַטור‟, „לע קאַנאַר  סאָוואַזש‟, „לע מירליטאַן‟ און אַנדערע, האָבן פֿאַרפֿלייצט אייראָפּע מיט  אַנטי־ייִדישע צייכענונגען. ס’איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז צווישן די מאָלער זענען  געווען גרויסע קינסטלער, ווי דעגאַ, וואָס מאַליעוועט ייִדן, ווי מיאוסע פֿינצטערע  אינטריגאַנטן, וועלכע באַהערשן דאָס לעבן אין פֿראַנקרײַך סײַ אין דער קונסט, סײַ  אויף דער בערזע.

נישט נאָר עסטרײַך און פֿראַנקרײַך, נאָר אויך דײַטשלאַנד, מיט דער  אַנטיסעמיטישער צײַטונג „דער שטירמער‟ אין שפּיץ, האָבן געהאַט אַ גרויסן אײַנפֿלוס  אויף דער פּוילישער פּרעסע. „דער שטירמער‟ האָט געמאַכט פֿון דער אַנטיסעמיטישער  קאַריקאַטור כּמעט די סאַמע קווינטעסענץ פֿון דער פּובליקאַציע. אַפֿילו די וואָס  האָבן עס נישט געלייענט, האָבן געקאָנט כאַפּן דעם תּמצית פֿון דער אַנטיסעמיטישער  פּראָפּאַגאַנדע אויפֿן שער־בלאַט פֿון דער צײַטונג; אָט איז דער ייִד געמאָלט ווי  אַ פֿיש מיט אַ קרומער נאָז, וואָס שלינגט אײַן אַלץ וואָס איז שיין און גוט אין  דײַטשלאַנד — קינסטלער און אַרבעטער, שיינע מיידלעך און צערטלעכע באָבע-זיידעס.  אויף אַן אַנדערער „שטירמער‟־קאַריקאַטור זעט מען אַ שײַקע ייִדן מיט קרומע נעז,  וואָס טרינקען דאָס בלוט פֿון אומשולדיקע דײַטשע עופֿעלעך. אַגבֿ, אַ סך  אַנטיסעמיטישע קאַטוילישע זאַבאָבאָנעס חזרן זיך איבער אין דעם כּלומרשט נײַעם  פּאָליטישן אַנטיסעמיטיזם.

די געשיכטע, ווי באַקאַנט, חזרט זיך איבער. פּוילישע סאָציאָלאָגן לאָזן אונדז  די טעג וויסן, אַז דער אַלטער קאַטוילישער אַנטיסעמיטיזם האַלט אין איין פֿאַלן אין  פּוילן. דער פּאָליטישער אַנטיסעמיטיזם דאַקעגן, האַלט אין איין וואַקסן. הייסט עס,  אַז נאָך דער מלחמה, ווי פֿאַר דער מלחמה, איז די פּרעסע אָפֿטמאָל ממשיך די  אומהייליקע אַנטיסעמיטישע העצע פֿון דער קירך.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174084/news-from-warsaw/#ixzz2ltBBZJGq

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website