The “true” story of the August 12, 1952 massacre in Russia

313 185 Dr. Rachmiel Fishbein

דער 12טער אויגוסט איז באמת א טרויער טאג אין דער יידישער געשיכטע, אבער ניט מחמת די סיבות, וואס די יעווסעקן און זייערע פארטיידיקער באטאנען. דער 12טער אויגוסט איז א שאנד-טאג אין דער געשיכטע פון דער יידישער ליטעראטור!

די סאוועטיש-יידישע ליטעראטור איז ניט געווען קיין ליטעראטור און אויך ניט געווען קיין יידישלעכע! פון סאמע אנהייב האט די יידישע סעקציע פון דער קאמוניסטישער פארטיי (יעוו-סעקציע) דערקלערט די נייע ליטעראטור און קולטור אין ראטן-פארבאנד פאר באזונדערש פון דער אלגעמיינער ליטעראטור. זי איז פראסט און פשוט געווען קאמוניסטישע פראפאגאנדע, פארפאסט פון געטרייע בעזבאזשניקעס אויף א מאדנעם, געקינצלטן יידיש, ביראבידזשאניש. אפילו דאס לשון איז געווען אנדערש פון דער אלגעמיינער שפראך אין די אנדערע מזרח אייראפעאישע לענדער.

שלום עליכם האט געשריבן וועגן גאלד שטיינס קרעמל אין אנאטעווקע און די סא וועטיש-יידישע שרייבער האבן באזונגען סטא לינס קרעמל אין מאסקווע! די גרויסע ליטער
אטן אין ראטן-פאבאנד האבן ניט געשריבן וועגן קיין שווייגנדיקע באנטשעס אדער פשוטע בעל מלאכהס. זיי האבן נאר אפגעחוזקט פון שלום עליכמס טיפן און אויסגעלאכט די שטעטל-וועלט.

דער רעזשים האט אויסגענוצט יידיש אלס פראפאגאנדע-מיטל ווי אזוי צו פארכלינען די פשוטע פאלקס-מאסן מיט דער נייער, טייוולאנישער אידעאלאגיע און אזוי ארום זיי צו אסימילירן אין דער נייער געזעלשאפט. די יעווסעקציע האט גענוצט יידיש צו פארשניידן די יידישע קולטור.,נאציאנאליסטיש אין פארמע, סאציאליסטיש אין אינהאלט’ איז געווען די לאזונג. דער אינהאלט פון אט-דער ליטעראטור און פרעסע איז געווען אומיידישלעך! די דאזיקע אינטעלעקטואלן האבן אפילו ניט גערעדט קיין יידיש אין שטוב!

דער שטן מיט זיינע טויזנט אויגן פארמאגט אויך א וואונדערשיינעם איבערצייג- און איינרעד-טאלאנט. די כאליאסטרע שרייבער, דוד בערגעלסאן, משה קולבאק, לייב קוויטקא, פרץ מארקיש, דוד האפשטיין, איציק פעפער אא”וו, זיינען געווען פען-מייסטער, וואס האבן פארפאסט וואונדער בארע פראזע און פאעזיע וועגן בויען דאמבעס אין קאווקאז און ביראבידזשאן און ווי אזוי די צואה פון די קאלכאז-בהמות האט געשמעקט נאך זיסער פון פראנצויזישן פארפום. זיי האבן פארפאסט וואונ-דערשיינע דיכטונגען וועגן גראביאנסטווע קאלכאזניצעס, וואס האבן אפגעראטעוועט דעם הארבסט-שניט דורך שלעפן אליין און אומדערמידלעך דעם אקער, ווייל דער טראקטאר האט צו זאמענגעבראכן, דער אקס איז געשטארבן און די קו איז געווען אויס מענש! אזא פראזע און פאעזיע זיינען נאך אויסגעלאסענער און געמיינער ווי די סאוועטישע פראסטי-טוציע, נאך פינצטערער ווי דער חושך-מצרים און נאך מער פארשימלט פון די אייערנעכטיקע בול קעס אין די סאוועטישע בעקערייען, וואו מ’האט געבאקן בייגל. אזא קולטור דערמאנט אין דעם מאסקווער שונד-טעאטער, וואו מ’האט געשטעלט דעם ספעקטאקל,מיין ליובאווניק דזשוגאשווילי’, אין וועלכן, ווי לילית און דלילה אין סדום ועמור, האבן יידישע דריפקעס קאקעטירט און געסטעפט ארום סטאלינס סטאטוע, באזינגענדיק לענינס רעוואלוציע און סטאלינס קאנסטיטוציע.

טיפיש איז דער דאזיקער פאראגאף פון די ארטיקלען, וואס זיינען דערשינען אין,אייניקייט, און,עמעס’, די פארטיי-פרעסע-ארגאנען:

,די אלגעמיינע פראדוקציע האט זיכ פארדרייפאכט היינט אין א מעטאל-זאוואד אין סיביר, וואו די פריילעכע האראפאשניקעס האבנ גרינגעשעצט די לאנגווייל, באזיגט זייער מידקייט און זיכ דערפרישט דורכ פארזינגענ מיט אמאל אינ מיטנ ד’רינענ דעמ,אינטערנאציאנאל’, פארגעסנדיק זייער בוזשוארנע פארגאנגענהייט און די ליגנס, מיט וועלכע זייערע מויכעס זיינען פארסאמט גע ווארן דורך די ראבאנים און מעלאמדימ אין די שטעטלעכ. זייער לוסטיק זינגען האט פארשטומנט דאס מאשינעריע-געפילדער און האט זיכ דערהערט אין צענטער שטאט, וואו די איינוואוינער האבנ זיכ פארזאמלט ארומ סטאלינס סטאטוע, אויסרופנדיק,סלאווא סטאלינו, סלאווא לענינו! ז’ראדינא סטאלינא, ז’ראדינא לענינא!”

דער באקאנטער וויץ אין די 20ער און 30ער יארן אין ראטן-פארבאנד האט זיך דערציילט אזוי:,די סאוועטיש-יידישע ליטאראטור האט דריי לייענער: דער רעדאקטאר, דער קארעקטאר און דער צענזור!’די ארעמע פאלקס-מאסן האבן זיך אפגעזאגט צו לייענען די פארטיי-צייטונגען מחמת דעם, וואס זיי זיינען איבערגעפלאסן מיט כלערליי בלבולים און זלזולים לגבי תורה, אם-ישראל און אלץ הייליקס ביי יידן.

דער שרייבער איציק קיפניס איז ארויסגעווארפן געווארן אין 1946 פון יידישן שרייבער-פאראיין פאר זאגן אויף א פארזאמלונג, אז ער בענקט נאך די יארן, ווען ס’האבן עקזיסטירט די שטעטלעך, וואו יידן האבן גערעדט גאנץ פריי יידיש. א וואזשנער, פאטשאטנער,טאוואריש’, אפשר מער ווי איין פאסקודנער נאכאלניק, האט געמסרט אויף אים. אזוי ארום איז א יידישער שרייבער פארטריבן גע ווארן פון יידישן שרייבער-פארבאנד פאר שמאכטן נאך דער יידישער שפראך און קולטור! אפשר האט קיפניס באצאלט אזא פרייז, ווייל ער האט אויסגעדרוקט זיין נאסטאלגיע אויך אויף יידיש?

די שרייבער, דיכטער, ארטיסטן און אינטעלעקטואלן פון אט-דער,קולטור’ האבן ניט נאר חוטא בעגל געווען, נאר אויך חוטא בחמור, בחזיר, בשטן ובסטאלין געווען. זיי זיינען געווען,סטאלינער’ חסידים, ניט צום פארמישן מיט סטאלין!

די רעוואלוציע פרעסט שטענדיק אירע געטרייע דינער. צווישן 1948-1952 זיינען די פראמי-נענטסטע שרייבער, ארטיסטן און אינטעלעקטואלן פון דער חושכדיקער קעגנקולטור, אירע גע טרייע שעפער, געווארן ארעסטירט און געמשפט לויט ווילדע בלבולים. דעם 12טן אויגוסט 1952 זיינען זיי צעשאסן געווארן אין קעלער פון דער נידער-טרעכטיקער מאסקווער תפיסה,ליוביאנקע’.

שמואל האלקין, זלמן ווענדראף און איציק קיפניס זיינען פארשיקט געווארן קיין סיביר. זיי האבן איבערגעלעבט די גולאגן און זיינען געווארן באפרייט און רעהאביליטירט פון פרעמיער ניקיטע כרושטשאוו, ווען ער האט פארעפנטלעכט די פארברעכנס פון סטאלינ’ען.

י וואלט מען פארטיידיקט דעם זכרון און כבוד פון אזעלכע שרייבער, אז זיי זאלן געווען שרייבן נאצישע פראפאגאנדע אויף יידיש? וואס איז די נפקא-מינא?א

AUTHOR

Dr. Rachmiel Fishbein

All stories by: Dr. Rachmiel Fishbein

Leave a Reply

Your email address will not be published.