עקספּלאָדירט אין די הענט פֿון עטלעכע טויזנט אָנגעשטעלטע פֿון כיזבאַלאַ. אַזאַ קאָאָרדינירטער, געצילטער אַטאַק ניצנדיק טראַנסמיטאָרן און עלעקטראָנישע האַנט־מכשירים האָט מען נאָך קיין מאָל פֿריִער נישט אַדורכגעפֿירט אין דער געשיכטע פֿון מלחמה.
In the attacks this week in Lebanon, pagers and walkie-talkies exploded simultaneously in the hands of several thousand employees of Hezbollah. Such a coordinated, targeted attack using transmitters and electronic handheld devices has never before been carried out in the history of war.
booby-trap (v.): אונטערלײגן ‹פֿאַרלײגן› אַ באָמבע אין
communication network: די קאָמוניקיר־נעץ, ־ן
electronic device: דער עלעקטראָנישער אַפּאַראַט, ־ן; דער עלעקטראָנישער מכשיר, ־ים
explode/blow up (vi./vt): אױפֿרײַסן; עקספּלאָדירן
explosion/blast: דער אױפֿרײַס, ־ן
explosives: דאָס אױפֿרײַסװאַרג (קאָל׳); דער אױפֿרײַס־מאַטעריאַל
handheld: …האַנט
intercept: איבערכאַפּן; אונטערשלאָגן
low-tech: מיט פּשוטער ‹פּרימיטיװער› טעכנאָלאָגיע
operation: די אַקציע, ־ס; די אָפּעראַציע, ־ס
page (v.): פּאַזשירן; פּיפּסן
pager: דער פּיפּסער, ־ס; דער ביפּער, ־ס
simultaneously: אײנצײַטיק; מיט איין קלאַפּ
targeted: געציל(עװע)ט
transmitter: דער איבערגעבער, ־ס; דער אױפֿגעבער, ־ס; דער טראַנסמיטאָר, …אָרן
walkie-talkie: די קאָמוניקירקע, ־ס; דער קעשענע־ראַדיאָ, ־ס; דער קאָמוניקיר־אַפּאַראַט, ־ן
wireless: אָנדראָטיק; אָן דראָטן


Leave a Reply