די טעכנאָלאָגיע פֿון פּנים־דערקענונג, אַ הויפּט־אַפּליקאַציע פֿון דער קינסטלעכער אינטעליגענץ, ניצט אויס אַלגאָריטעמס פֿון מאַשין־לערנען כּדי אַקוראַט צו אידענטיפֿיצירן יחידים באַזירט אויף די שטריכן פֿון זייערע פּנימער. דאָס דערלאָזט אַז סיסטעמען זאָלן זיך לערנען פֿון מאַסן־דאַטן און צונויפֿפּאַסן מענטשלעכע פּנימער אַקעגן אַ דאַטן־באַזע. די אָ טעכנאָלאָגיע איז אַ טײַער מיטל פֿאַר די צוועקן פֿון זיכערקייט און אידענטיפֿיצירן מענטשן.
[DI TEKhNOLÓGYE FUN PÓNEM-DERKÉNUNG, A HÓYPT-APLIKÁTSYE FUN DER KÍNSTLEKhER INTELIGÉNTS, NITST OYS ALGORÍTEMS FUN MAShÍN-LÉRNEN KEDÉY AKURÁT TSU IDENTIFITSÍRN YEKhÍDIM BAZÍRT AF DI ShTRIKhN FUN ZÉYERE PÉNEMER. DOS DERLÓZT AZ SISTÉMEN ZOLN ZIKh LÉRNEN FUN MÁSN-DATN UN TSUNÓYFPASN MÉNTShLEKhE PÉNEMER AKÉGN A DÁTN-BÁZE. DÍ O TEKhNOLÓGYE IZ A TÁYER MITL FAR DI TSVEKN FUN ZÍKhERKEYT UN IDÉNTIFITSÍRN MENTShN.]
Face recognition technology, a key application of artificial intelligence, leverages machine learning algorithms in order to identify individuals based on their facial features, allowing systems to learn from data and accurately match human faces against a database, making it a valuable tool for purposes of security and personal identification.
AI: די אַ־אי; די איי־אײַ
[DI A-I; DI EY-AY]
algorithm: דער אַלגאָריטעם, ־ס
[DER ALGORÍTEM, -S]
artificial intelligence: די קינסטלעכע אינטעליגענץ
[DI KÍNSTLEKhE INTELIGÉNTS]
big data: מאַסן־דאַטן
[MÁSN-DATN]
chatbot: דער שמועסבאָט, ־ן
[DER ShMÚESBOT, -N]
data mining: דאָס דאַטן־מינירן
[DOS DÁTN-MINÍRN]
data science: די דאַטן־וויסנשאַפֿט
[DI DÁTN-VÍSNShAFT]
face recognition: די פּנים־דערקענונג
[DI PÓNEM-DERKÉNUNG]
fine-tuning (of): (דאָס אויסשטימען (+ אַק׳
[DOS ÓYSShTIMEN (+ acc.)]
guardrail: דער צאַם ‹צוים›, ־ען
[DER TSAM ‹TSOYM›, -EN]
image recognition: די אימאַזש־דערקענונג
[DI IMÁZh-DERKÉNUNG]
large language model: דער גרויסער שפּראַכמאָדעל, ־ן
[DER GRÓYSER ShPRÁKhMODÉL, -N]
machine learning: דאָס מאַשין־לערנען
[DOS MAShÍN-LÉRNEN]
model (n.): דער מאָדעל, ־ן
[DER MODÉL, -N]
natural language processing: די נאַטירלעכע שפּראַך־פּראָצעסירונג
[DI NATÍRLEKhE ShPRÁKh-PROTSESÍRUNG]
neural network: די נערווננעץ, ־ן
[DI NÉRVNNETS, -N]
pattern recognition: די מוסטער־דערקענונג
[DI MÚSTER-DERKÉNUNG]
predictive analytics: די פֿאָרויסאַנאַליטיק
[DI FORÓYSANALÍTIK]
prompt (n.): דער אונטערזאָג, ־ן; די בקשה, ־ות
[DER ÚNTERZOG, -N; DI BAKÓShE,- S]
quantum computing: די קוואַנטן־אויסרעכענונג
[DI KVÁNTN-ÓYSREKhENUNG]
training: די (אויס)טרענירונג
[DI (ÓYS)TRENÍRUNG]
voice recognition – די קול־דערקענונג
[DI KÓL-DERKÉNUNG]
Leave a Reply