Maybe = אפֿשר
דער ראָמאַן קלינגט אינטערעסאַנט – אפֿשר וועל איך אים לייענען.
The novel sounds interesting – maybe I’ll read it.
וועט ער הײַנט קומען? אפֿשר יאָ, אפֿשר נישט.
Is he coming today? Maybe, maybe not.
2. Quite possibly = גאַנץ מעגלעך; ס׳קען געמאָלט זײַן
ס׳איז גאַנץ מעגלעך ‹ס׳קען געמאָלט זײַן› אַז זיי וועלן אין גיכן ווערן חתן־כּלה.
They will quite possibly ‹It’s quite possible that they will› be getting engaged soon.
3. Probably = מסתּמא; מן־הסתּם; (ס׳איז) אַ סבֿרא ‹ס׳קען גרינג געמאָלט זײַן/קען זײַן› אַז; קערן
ער איז מסתּמא ‹מן־הסתּם› זייער הונגעריק נאָך אַזאַ לאַנגן פֿלי.
אַ סבֿרא אַז ער איז זייער הונגעריק נאָך אַזאַ לאַנגן פֿלי.
ס׳קען גרינג געמאָלט זײַן אַז ער איז זייער הונגעריק נאָך אַזאַ לאַנגן פֿלי.
קען זײַן אַז ער איז זייער הונגעריק נאָך אַזאַ לאַנגן פֿלי.
ער קער זײַן זייער הונגעריק נאָך אַזאַ לאַנגן פֿלי.
He’s probably very hungry after such a long flight.


Leave a Reply