Where Do Shofars Come From?

630 364

אַ טייל געשעפֿטן זענען פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסן סעזאָן. דער פֿאַרקויף פֿון די שופֿרות פֿאַר ראָש־השנה איז אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ געשעפֿט.

עלי ריבאַקס משפּחה האַנדלט מיט שופֿרות שוין במשך פֿון דרײַ דורות. ריבאַק האָט דערציילט, אַז עלף חדשים אַ יאָר האָט ער זייער ווייניק קונים. ווען עס הייבט זיך אָן דער חודש אלול, אָבער, קומען אָן די „משוגענע טעג‟. הגם זײַן פֿאַבריק אינעם דרומדיקן טייל פֿון תּל־אָבֿיבֿ זעט אויס קליין, איז ריבאַקס געשעפֿט איינער פֿון די גרעסטע קוואַלן פֿון די דאָזיקע טראַדיציאָנעלע אינסטרומענטן אין דער וועלט.

אַ סך מענטשן קומען אַרײַן אין ריבאַקס קראָם, כּדי סתּם אַ קוק צו טאָן און צו בלאָזן אַ שופֿר. די וויכטיקסטע קונים זענען אָבער די פּראָפֿעסיאָנעלע בעל־תּוקעס, וועלכע ווילן קריגן אַ גוטע סחורה פֿאַר זייער שיל. ריבאַק האָט דערקלערט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אומצאָליקע אַנדערע קרעמלעך, קאָנען זײַנע קונים באַשטעלן אַ ספּעציעלן שופֿר, וואָס טויג פֿאַר זיי צום בעסטן. למשל, אויב עמעצער וויל צופּאַסן עס צו דער מאָס פֿון זײַן מויל, קאָן ער אויספֿירן אַזאַ בקשה.

אין ריבאַקס קרעמל קאָן מען געפֿינען כּלערליי שופֿרות, גרויסע און קליינע, אין פֿאַרשיידענע אייגנאַרטיקע פֿאָרעמס. אַ טייל פֿון זיי מאַכט ער פֿון גרויסע באַראַן־הערנער, וואָס קומען פֿון מאַראָקאָ, אַלזשיר און טוניס; אַ טייל אַנדערע זענען געמאַכט פֿון דרום־אַפֿריקאַנער אַנטילאָפּע־הערנער. ס׳רובֿ מענטשן, אַשכּנזים און ספֿרדים, קויפֿן אָבער אַ גאַנץ פּשוטן שופֿר פֿון אַ שעפּס.

די תּימנער ייִדן בלאָזן, לויט זייער מינהג, אין אַ לאַנגן אויסגעבויגענעם אַנטילאָפּע־האָרן, וועלכער פֿאָדערט ווייניק ספּיציעלע צוגרייטונגען. להיפּוך, האָט ריבאַק דערקלערט, אַז די מאַראָקאַנער שופֿרות זענען אויסגעפֿלאַכטע.

ריבאַקס משפּחה, וואָס שטאַמט פֿון פּוילן, האָט געעפֿנט דאָס געשעפֿט אינעם יאָר 1927, בשותּפֿות מיט דער מאַראָקאַנער משפּחה בר־ששת. די אָבֿות פֿונעם אַשכּנזיש־ספֿרדישן „דועט‟ האָבן זיך פֿאַרנומען מיט שופֿרות־הענדלערײַ במשך פֿון 15 דורות. אַחוץ ריבאַקס פֿאַבריק און קראָם אין תּל־אָבֿיבֿ, האַלטן די אייניקלעך פֿון בר־ששת אַ קלענער געשעפֿט אין חיפֿה.

[..]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181674/where-do-shofars-come-from/#ixzz3ELkio5qn