עס איז שױן כּמעט 35 יאָר װאָס די אָרגאַניזאַציע יוגנטרוף פֿירט אָן מיט
איר זומערדיקער ייִדיש־װאָך אין די ניו־יאָרקער בערקשיר־בערג, װאָס ציט צו ייִדיש־רעדערס װאָס קומען פֿון איבער דער גאַנצער װעלט זיך אױסצולעבן, אַ װאָך לאַנג, אין גאַנצן אױף ייִדיש.
אונדזער “ייִדישלאַנד” ציט צו מענטשן פֿון יעדן עלטער – סײַ משפּחות מיט קלײנע קינדערלעך, סײַ אוניװערסיטעט־סט ודענטן, סײַ עלטערע לײַט. די אַקטיװיטעטן, װאָס מע פֿירט אָן אין גאַנצן אױף ייִדיש, נעמען אַרײַן רעפֿעראַטן און װאַרשטאַטן, ספּאָרט, פֿאָלקסטענץ, קאָנצערטן, און שװימען אין אַ שװימבאַסײן און אין אַ פּרעכטיקער אָזערע.
אַ דאַנק דער ברײטהאַרציקײט פֿון דער בנימין שעכטער־ פֿונדאַציע, קען יוגנטרוף דעם זומער אָנבאָטן סטיפּענדיעס ביז דרײַ (3) ביז גראַדויִר־אָדער גראַדויִר־סטודענטן פֿוF די פֿאַראײניקטע שטאַטן אָדער מיזרח־אײראָפּע זײ זאָלן קומען אױף ייִדיש־װאָך 2009 (דעם 25סטן ביזן 31סטן אױגוסט). די סטיפּענדיעס װעלן דעקן די אָפּצאָלן פֿאַר די צימערן און יוגנטרוף מיטגלידערשאַפֿט. עס װעט אָבער נישט דעקן קײן אַנדערע פֿאָר־הוצאות. דאָס עסן אױף דער ייִדיש־װאָך איז גאָר כּשר (אַן אָרטאָדאָקסישער משגיח האַלט אַן אױג די גאַנצע װאָך), און ס’זענען דאָ װעגעטאַרישע ברירות.
ד אַפּליקאַנטן מוזן זײַן אָדער ביזגראַדויִר־ אָדער גראַדויִר־סטודענטן, אָדער געבױרענע ייִדיש־רעדערס, צװישן 18 און 25 יאָר אַלט װאָס רעדן ייִדיש צום װײניקסטן
אױפֿן ניװאָ פֿון אַןאַװאַנסירטן אָנהײבער. אַפּליקאַנטן זאָלן *װאָס גיכער* שיקן
דורך בליצפּאָסט דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרס קאַלעדזש־טראַנסקריפּט צו
און אָנטײלנעמען אין אַ קורצן טעלעפֿאָנישן שמועס אױפֿ ייִדיש yvokh@…
כּדי צו פֿאַרזיכערן זײער פֿליסיקײט אין דער שפּראַך. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע
און זיך אָנצוגעבן, שיקט אַ בליצבריװ פֿאַר דעם 15טן אױגוסט צו דער ייִדיש־װאָך־קאָאָרדינאַטאָ רן, יהודית װאַלעצקי, בײַ
yvokh@…
אָדער קלינגט אָן וגנטרוף 212-889-0381
נאָך אינפֿאָרמאַציע װעגן דער ייִדיש־װאָך קען מען געפֿינען אױף אונדזער װעבזײַט
www.yugntruf.org/programen /yvokh
Our organization — Yugntruf – Youth for Yiddish — has held its summertime Yidish-vokh (Yiddish Week) for almost 40 years in New York’s Berkshire Mountains, where it attracts Yiddish speakers worldwide to live a week completely in Yiddish.
Our “Yiddishland” attracts people of all ages, including families with young children, university students, and senior citizens. Activities — entirely in Yiddish — include lectures and workshops, sports, folk dancing, concerts, and swimming in a pool and beautiful lake. Yidish-vokh food is completely Kosher (supervised the whole weekby an Orthodox Mashgiakh) and there are vegetarian options.
Thanks to the generosity of the Benyomen Shekhter Foundation, Yugntruf can now offer scholarships this summer for up to three (3) undergraduate or graduate students from the US or Eastern Europe to attend our Yidish-vokh 2009 (August 25th – 31st). These scholarships will cover room and board and participation fees, but not airfare or related transportation expenses.
Applicants must be either undergraduate or graduate students or native Yiddish speakers in the US or Eastern Europe between the ages of 18 and 25 who speak Yiddish at the minimum level of advanced beginner. Applicants should e-mail their previous year’s college transcripts ASAP to yvokh@… and take part in a short telephone interview in Yiddish to ascertain their language fluency.
For more information and to apply, please send an email before August 15th to Judith Waletzky, Yidish-vokh Coordinator, at yvokh@… or call Yugntruf at (212) 889-0381.
For more about Yidish-vokh, see our website at
www.yugntruf.org/programs/ yidish-vokh
Leave a Reply