Murishkes vs. Shpinen (Ants vs. Spiders)

450 300

אין א פרימארגן, קומענדיג אין שול, באגעגנט מיך א באקאנטער, נישט דוקא אין מיינע  יארן, נאר אביסל עלטער. איך געדענק נישט גענוי וואו מיר האבן זיך דאס ערשטע מאל  באקענט, צי ס’איז געווען אינעם פּאָליש אויף א גלעזל קאווע, ביי די  צייטונג-אפטיילונג אינעם קראָם, אדער גלאט אזוי אין שול. אפשר גאר איז דאס געווען  אמאל ביי אן עצרת וועגן די סעלפאנען מיט טעקסטן. געדענק איך נישט גענוי, יעדנפאלס  האב איך אים ערגעץ שוין געזען, און געדענקט האב איך אז יענער האט ליב צו רעדן. אז  ער עפנט דאס מויל, לויפט עס אזוי לאנג און אזוי ברייט, ביז די פיס ווערן אים מיד.  וואונדערט זיך נישט וואס א שייכות די פיס האבן מיטן רעדן, וויבאלד דער באקאנטער  מיינער האט א טבע צו רעדן גייענדיג, שפאצירנדיג, און צו טופען מיט די פיס פון צייט  צו צייט. דאס איז א גוטע זאך, לויט מיין מיינונג, וויבאלד דאס גאראנטירט, אז דאס  רעדן זאל נישט קענען אריינציען זיך אין דער אייביקייט.

אז ער האט מיך געזען אריינקומען אין שול, האט ער מיר באלד אנגעוויזן א ליידיגן  זיץ נעבן זיך, נאר איך האב אים געוויזן, אז מיר איז אנגענעמער צו שטיין. שמועסן  זיצנדיג מיט אים האב איך מורא געהאט. איז ער אויפגעשטאנען און מיר געוויזן, אז ער  האט עפעס וויכטיג צו רעדן. “ס’איז זומער שוין”, זאגט ער מיר. “גערעכט” זאג איך.  “איז עס גוט? נישט גוט?” פרעגט ער מיך. איך צי מיט די פלייצעס און מאך “כ’ווייס?”  אים איז שוין גענוג געווען דער אנהייב און פון דא האט ער גענומען רעדן אזוי פליסיג,  אז איך האב מיטאמאל געדארפט מער א צי טון מיט די פלייצעס.

“די זשוקן נעמען מיטאמאל זיך שפראצן פון אלע זייטן”, זאגט יענער מיט פארדרוס,  “צווישן די פיס און אויף די פיס, און ס’הארץ גייט מיר אויס יעדעס מאל וואס איך דארף  עמיצן צעטרעטן. איז עס ריכטיג? נישט ריכטיג? איך פרוביר מאכן א סדר אין קאפ, צי מצד  תורת הגלגולים, אדער פשוט מצד המוסר, מעג עס א מענטש צעטרעטן א פליגעלע נאר צוליב  דעם וואס ס’האט זיך אריינגעכאפט צו אים אין קאך? אבער איידער וואס ווען, ווייסט  שוין דער יצר ווי זיך אויסצופירן דאס זייניגע, און איך טרעף ווידער און ווידער מיט  מיינע בארבארישע שיך איבער די הילפלאזע קעפ פון די קליינע אומשולדיגע זשוקן. ווייס  איך צי א מאמע ווארט אפ דאס קינד אינדרויסן? אדער איז עס אפשר גאר א מאמע וואס זוכט  עסן, און דאס קינד ווארט עס אפ אינדרויסן? נאר וואס טויג קיצלען זיך סתם מיט  מענטשליכע סענטימענטן, אויב איז עס א בריה’לע וואס פארדינט זיך צו לעבן, איז קיין  נפקא-מינה נישט צי ס’איז א מאמע, א קינד, א באבע אדער א שנור, און מ’דארף עס פשוט  אזוי לאזן לעבן.”

איך הער וואס יענער זאגט. דוקא פאראן אין דעם עפעס שכל, קלער איך צו מיר. יענער  לאזט נישט לאנג טראכטן און רעדט ווייטער, “נאר ווי באקומט זיך דאס, אז ביי מיר אין  קאך זאל זיך ארומדרייען א זשוק, אמאל א גרעסערער און אמאל א קלענערער, צווישן די  בענקלעך און צווישן די טישן, עלעהיי ער וואלט זיך געדרייט ביים טאטן אין סאלאן.  ווילט איר איך זאל שטיין אין דער זייט, צוקוקן און גארנישט טון? גלאט אזוי זיין אן  עדות צו א מורישקאנער חוצפה? איך פרעג אייך בחרם, ווי קען איך דאס טון? פרעגט איר,  ווי קומט דאס א מענטש מיט א פרייע בחירה צו זאגן ‘איך קען נישט’? זאל זיין א קשיא,  נאר איך ווייס נישט ווי מ’קען לאזן א מורישקע קריכן אויף דער פארמייקע, אין די  שאפקעלעך, אין די שופלאדן, און מ’זאל נישט כאפן א סערוועטל, אראפטראסקען אויף דער  ערד, צעקוועטשן עס, און פטור אן עסק. גענוג איז עס אבער מיר צו שאפן געוויסנביסן,  סך הכל אויף א צענטל פון א סעקונדע”.

אפגעאטעמט א רגע, האט יענער ווייטער גענומען רעדן. “מילא, ווען ס’איז א שפין,  דעמאלט איז דאך שוין אן אנדער מעשה, דעמאלט וואלט איך קיין גרויסע יסורים פון דעם  נישט געהאט, מחמת מיר ווייסן דאך, אז די שפינען האבן געטאנצט א ליהודים ווען ס’בית  המקדש האט געברענט, און זיי האבן מיט זייערע שטריקן צוגעגעבן בענזין צום פייער,  וואס דערפאר האבן דאך מיר אידן דעם מנהג אפצורייסן די פיסלעך ביי די שפינען, מילא  ביי אזא איינעם, אזא שווארץ-מאה’ניקן, א באגאוואונט און להכעיס’ניק, אזא וואס שטייט  און לאכט קעגן שריפת בית המקדש, נישט מער און נישט ווייניגער, קעגן אזא איינעם גילט  נישט קיין רחמנות. וואס טוט זיך אבער ווען ס’איז א רויטע מורישקע? א גרינע? א  שווארצע? אדער סתם אזוי אן אומשולדיג שרצ’ל?”

“זייער שיין”, זאג איך, “נאר וואס שייך דער שפין פארשטיי איך נישט. זענען דען  עפעס אלע שפינען אויף דער וועלט אייניג? אויב האט זיך געמאכט א שפין מיט א שלעכטן  כאראקטער, קומט זיך עפעס יעדער שפין מ’זאל זי די פיס אונטערהאקן? די שפין פון  ארץ-ישראל איז דאך גארנישט די זעלבע ווי די שפין פון אמעריקע. מיר לעבן דאך עפעס  אין א מלכות של חסד. נישט אזוי? די שפין פון אמאל איז נישט די זעלבע ווי היינט, און  איין שפין איז נישט די זעלבע ווי איר חברטע. בין איך נישט גערעכט?” ס’האט מיך  שפעטער געכאפט א חרטה אויף מיין הערה. קוים האב איך אים געגעבן די טעמע, האט ער  באקומען נאך א צען מינוט צו רעדן.

“געהערט שוין אזוינס?” האט ער אנגעהויבן אין פרישער כאריזמע, “איך זאג דיר דאך,  אז די שפין האט געטאנצט דארט, געפרעגלט זיך אין אידיש בלוט, דערציילסטו מיר מעשה’ס  מיט אמעריקאנער שפינען. היינט, אמאל, דא, דארט, דאס איז אלעס איינס. קיין זאך האט  זיך נישט געענדערט, אויסער דעם אנשטעל. ווען מיר זאלן אלע זיין אזעלכע תמימים ווי  דו, וואלטן מיר פון לאנג שוין קיין מקום נישט געהאט אויף דער וועלט, וויבאלד די  שפינען וואלטן יעדן פון אונזערע הייזער פארברענט. א גליק איז נאר וואס מיר לעבן  היינט נישט אין אזא וועלט ווי אמאל, די שפינען האבן מער נישט די זעלבע כוחות,  וויבאלד מיר לעבן אין א שוואכן דור, און דער באשעפער איז זיך מרחם. קומסטו און  דערציילסט מעשה’ס? וואלט עס נאר געווען אין זייערע הענט, וואלטן די שונאי ישראל  קיין תקומה נישט געהאט חלילה.” דאס האט ער געזאגט פארשטייט זיך אויפ’ן סגי-נהיר  לשון.

ווי ער ענדיגט רעדן, צעלאכט ער זיך. “וואס לאכסטו?” פרעג איך אים. “וויבאלד אזוי  ווי מיר רעדן, קריכט אויף דיר א שווארצע שפין מיט אכט דינטשיקע פיסעלעך”… איך האב  אויפגעשפרונגען אין גרויל, און גענומען טאנצן ווי יענע קעכערין וואס האט דערזען א  מויז אינעם צווייטן עק פונעם קאך. ווי איך טאנץ, שטייט יענער קעגן מיר און לאכט.  ענדליך אראפגעטרעסעט די שפין, האב איך עס נישט אפגעשוינט, און געזען דערצו, אז  ס’זאל נאכאמאל נישט פאסירן אזא זאך ביי אידן. מיין חבר קעגן מיר איז געשטאנען מיט א  הנאה’דיגן שמייכל, מיט א ניצחון אויפ’ן פנים און געוויזן “זעסטו! כ’האב געוואוסט  וואס איך רעד…” זאל טאקע גאט געבן, מיר זאלן נישט וויסן פון קיין שום אנשיקענישן,  נישט אזעלכע און נישט קיין אנדערע, און ס’זאל אונז אלע תמיד זיין גוט. אמן.