כדי צו פייערן דעם גרויסן דערפאלג פון “דער מאמענט” האבן זיך די רעדאקציע-מיטאר בעטער און עטלעכע קארעספאנדענטן פארזאמלט שבת אין אוונט אין עלעגאנטן רעסטאראן “סיפריאני” אין האטעל “שערי נעדערלאנד” אויף דער פינפטער עוועניו אין ניו-יארק. ד”ר פישביין, א הויכגעשעצטער קאלאגע, האט איינגעלאדן די “קאלעזשאנקעס” ווי זיינע געסט פאר א שבתדיקער סעודה.
יעדער איינער איז געווען אויסגעפוצט אין עסיק און האניג אין א סמאקינג. ווי גראף פאטאצקי איז די חברה געזעסן און געגעסן אין אן איידעלער אטמאספערע, ארומגערינגלט מיט די העכסט-געשטעלטע געשעפטסלייט, עלעגאנטע ניו-יארקער מיוחסים און באקאנטע פיינשמעקער ביי די אנדערע טישן.
אויף דער סעודה האט זיך געגאסן דער שאמפאניער ווי א שלאקס-רעגן בשעת מיר האבן ארומגערעדט “דער מאמענט” און אזוי פיל אנדערע טעמעס. די פארזאמלונג איז געווען אזא פייערלעכע, וואס דאס ווייב פון איין מיטארבעטער איז “דערטרונקן” געווארן אין שאמפאניער, בעטנדיק דעם רעדאקטאר יעקב קארנפעלד טרינקן די שאמפאניער פון איר עלעגאנטן אוונט-שוך. בשעת דער אוונט איז פארגאנגענען, האבן מיר דערציילט אנעקדאטן און געלאכט און זיך גע פאסמאקעוועט מיט דער געמיטלעכקייט און די אלע איטאליענישע מאכלים.
ד”ר פישביין האט אונז געשאנקען דאס טעלערל פון הימל מיטן טייערסטן שאמפאניער און האט אונז אויך געגעבן א לעקציע וועגן דער וועלט-ליטעראטור. א געוועזענער שטענדיקער מיטארבעטער אין צוויי ניו-יארקער רעדאקציעס האט ער אמוזירט זיינע געסט מיט מעשהלעך וועגן די אלע פארשטארבענע פארשוינען און רעדאקטארן.
ד”ר אוצר א. מ. נאמאסט, דער ספעציעלער ראטגעבער פאר דער צייטונג, האט געהאלטן א קורצע לויב-רעדע וועגן די אומדערמידלעכע באמיאונגען פון די מיטארבעטער. אין דער רעדע האט ער באזונגען דעם גביר, וואס האט בייגעשטייערט “הינטער די קוליסן” די ברייטהארציקע סומע צו שאפן די צייטונג, די איינציקע אויף דער וועלט אינטערנעט-צייטשריפט אויף יידיש.
נאכן נאכשפייז זיינען מיר ארויפגעפארן מיטן ליפט אויף א הויכן שטאק אין האטעל-טורעם, וואו ס’וואוינט איינער א קאלעגע. ער האט אונז אויפגענומען ווארעם מיט ספירט-געטראנקען. אין “טורעם” איז יעדער שטאק א באזונדערע וואוינונג.
אזוי ווי אין כישוף-רויך זיינען מיר געווארן באצויבערט און בארוישט פון דער איידלקייט און עלעגאנץ פון דער דירה. זי האט ניט בלויז אן אויסבליק אויפן גאנצן צענטראל-פארק, נאר אויך אויסבליק פון 360-גראד פון וועלכן מ’קאן זען די גאנצע שטאט.
איין חברטע איז ארויסגעטראטן אין סאלאן און פארגעזונגען א צאל יידישע לידער, אריינ-גערעכנט “בעלז”, “מחותנעסטע” און “איך בין דיר א שוויסטער א טרייע”, בשעת איין קאלעגע האט געשפילט אויפן קלאוויר. און אחרון אחרון חביב האט ד”ר נאמאסט רעציטירט עטלעכע פאעמעס מיט דער בינע-עלאקוציע פון מאסקווער יידישן מלוכה-טעאטער.
דער אוונט איז געקומען צו א סוף מיט א צאל שמועסן, וואס די מיטארבעטער האבן געפירט צווישן זיך אין באזונדערע גרופעס אין פארשידענע ווינקלען. דער גאנצער פייערלעכער אוונט האט געבלישטשעט און געגלענצט מיט אן איידעלער פריינטלעכקייט און יידישלעכקייט. די שבתדיקע פייערונג וועט אונז בלייבן אייביק-שטארק און קלאר אין זכרון אזוי ווי דער פאכמעל פון דער שאמפאניער בלייבט מיר שטארק אין קאפ בשעת כ’שרייב דעם ארטיקל!
ס’האט אונז געפעלט נאר איין זאך. מיר האבן אלע דערלקערט: “הלואי זאלן די לייענער דא זיין, כדי צו געניסן צוזאמען מיט אונז פון דער איידעלער גוט-ברידערלעכער אטמאספערע!
Leave a Reply