נפֿתּלי איידלמאַן (אויבן), מאירה גודמאַן (רעכטס) און ישׂראל באַס
Credit: Rukhl Schaechter
דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן איבער 150 יונגע לײַט און משפּחות באַזוכט “ייִדיש־פֿאַרם” אין גושן, נ״י, אַ שטעטל אין די קעטסקיל־בערג, כּדי צו פֿײַערן דעם שלוס פֿון איר ערשטער פֿולשטענדיקער זומער־פּראָגראַם. די אונטערנעמונג האָט מען אָנגערופֿן מיטן האַלב־הומאָריסטישן נאָמען, “גלות־פֿעסטיוואַל”.
אַ טייל פֿון די געסט האָבן פֿאַרבראַכט דאָרט אַ גאַנצן סוף־וואָך, און גענעכטיקט אין געצעלטן. ס׳רובֿ זענען אָבער געקומען זונטיק נאָך מיטאָג. מ׳האָט זיי געפֿירט אויף אַ טור פֿון דער רחבֿותדיקער פֿאַרם, זיי האָבן געהאָדעוועט די ציגעלעך, גענאַשט פֿונעם שניט, געהערט ווי קלעזמער און חסידישע מוזיקער שפּילן ייִדישע לידער, און אַפֿילו אַהיימגענומען רויע מילעך.
“ייִדיש־פֿאַרם” איז אָבער מער ווי אַן אָרט, וווּ מע פֿלאַנצט גרינסן און האָדעוועט ציגן. זי איז אויך די איינציקע פּראָגראַם אויף דער וועלט, וווּ סטודענטן פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע הינטערגרונטן לערנען זיך ייִדיש צוזאַמען אין אַ ריין־ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. במשך פֿונעם זומער האָבן זיי געאַרבעט אין פֿעלד צוזאַמען מיט עטלעכע ישיבֿה־בחורים פֿונעם שכנותדיקן חסידישן שטעטל, “קרית־יואל”, אונטערן אויפֿזיכט פֿונעם הויפּט־פֿאַרמער, ישׂראל באַס; און נאָך מיטאָג זענען זיי געזעסן אינעם קילן פֿאַרמהויז, און זיך געלערנט ייִדישע גראַמאַטיק בײַ באַס׳ שותּף, נפֿתּלי איידלמאַן, אַ יונגער ייִדיש־לערער מיט אַ מאַגיסטער אין ייִדישער געשיכטע פֿון בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, (און אויך, דרך־אַגבֿ, אַ זון פֿונעם מחבר פֿון די שורות.)
במשך פֿונעם זומער איז די “ייִדיש־פֿאַרם” געווען אָפֿן בלויז פֿאַר די ייִדיש־סטודענטן און ייִדיש־רעדנדיקע וואָלונטירן. דאָס האָט געשאַפֿן אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די צענדליקער אַנדערע ענטוזיאַסטן און שטיצער (ייִדיש־ און נישט־ייִדיש־רעדנדיקע), וועלכע האָבן געוואָלט קומען זען די פֿאַרם, סתּם אויף א טאָג־צוויי. דער “גלות־פֿעסטיוואַל” האָט געדינט ווי אַזאַ געלעגנהייט. צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון די געסט האָבן טאַקע נישט געקענט קיין ייִדיש, האָט מען די אַקטיוויטעטן אָנגעפֿירט אויף ענגליש.
דוד סאַקס (דריטער פֿון רעכטס) מיט עטלעכע פֿון זײַנע פֿרײַנד
Credit: Miriam Tenenbom
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דער עולם — און במילא די שטימונג — געווען גאַנץ אַנדערש שבת ווי זי איז געווען זונטיק. שבת האָבן אָנטיילגענומען בערך 35 יונגע ייִדן אין די 20ער און 30ער פֿון מאַנהעטן און ברוקלין, בעת זונטיק זענען געקומען אַ סך משפּחות, אַרײַנגערעכנט חסידישע.
הגם די אַקטיוויטעטן זענען פֿאָרגעקומען אויף ענגליש, האָבן די ייִדיש־רעדער צווישן זיך ווײַטער גערעדט אויף ייִדיש. דאָס האָט, אַ פּנים, אויף געוויסע געסט געמאַכט אַן אײַנדרוק. ווען מרים און חנה שאָטענשטיין, צוויי שוועסטער פֿון אַ חב״ד־משפּחה אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, זענען ערבֿ־שבת צוגעפֿאָרן צום אַרײַנגאַנג צו “ייִדיש־פֿאַרם”, זענען זיי נישט געווען זיכער צי ס׳איז דאָס ריכטיקע אָרט. פּלוצלינג איז אַרויסגעלאָפֿן איינע פֿון די אָרגאַניזירער פֿונעם פֿעסטיוואַל — אַ ישׂראלדיק מיידל, מאירה גודמאַן — וועלכע האָט הילכיק איבערגעגעבן אַ צווייטן אָרגאַניזירער געוויסע אינסטרוקציעס — אויף ייִדיש.
דער מאָדערנער חסידישער בדחן יואלי לעבאָוויץ זינגט “רומעניע, רומעניע”
Credit: Miriam Tenenbom
“דעמאָלט האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז מיר זענען אויפֿן ריכטיקן אָרט,” האָט די 21־יאָריקע חנה געזאָגט.
אַלע אַקטיוויטעטן זענען פֿאָרגעקומען אין מיטן פֿעלד, אַרײַנגערעכנט דאָס דאַווענען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת אין דער פֿרי. כּדי צופֿרידנצושטעלן סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדן, סײַ די פּראָגרעסיווע, האָט מען צעטיילט דאָס “שילעכל” אויף אַן אייגנאַרטיקן אופֿן: איין אָרט פֿאַר די מענער, איינס פֿאַר די פֿרויען, און אַ דריטס — פֿאַר אַ געמישטן עולם. מע האָט אויך געמאַכט דאָס דאַווענען אַ ביסל לעבעדיקער, דורך אָרגאַניזירן “פּרשה־שפּילן”, וווּ די געסט האָבן פֿאַרן תּורה־לייענען אויסגעשפּילט די סדרה פֿאַרן עולם.
די שבתדיקע מאָלצײַטן האָבן די אָרגאַניזירער אַליין צוגעגרייט, פֿונעם אָרטיקן שניט. “דאָס עסן איז געווען אויסערגעוויינטלעך,” האָט באַמערקט עמעלי קאַפּלאַן, אַ 30־יאָריקע אָנגעשטעלטע בײַ דער ייִדישער סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג־אָרגאַניזאַציע “טבֿע”. עמילי, וועלכע איז אַ וועגעטאַריער, האָט הנאה געהאַט וואָס מע האָט פֿון די ריזיקע זוקיניס געמאַכט סײַ אַ קוגל, סײַ אַ זיס ברויט; און וואָס מע האָט צוגעגרייט אַ שלל מיט אַנדערע וועגעטאַרישע ברירות, ניצנדיק די אָרטיקע געוויקסן: באַזיליק, קנאָבל, ציבעלע און פּאָמידאָרן.
צווישן די יונגע לײַט איז אויך געזעסן אַן עלטערער ייִד — דער ערן־גאַסט, ראַבינער עווערעט־גענדלער, וועלכער האָט אין די 1960ער יאָרן געקעמפֿט פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר די שוואַרצע, און אַרבעט ווײַטער לטובֿת דעם פּאַציפֿיזם. שבת האָט ער אָנגעפֿירט אַ שיעור וועגן אַ קאָנטראָווערסאַלן חסידישן רבֿ צווישן די וועלט־מלחמות, ר׳ אהרן־שמואל תּמרת, און נאָך דער הבֿדלה, צוליב דעם וואָס ס׳האָט געשײַנט אַ פֿולע לבֿנה, האָט ער אויסגעלערנט די געסט אַן אור־אַלטן ייִדישן ריטואַל פֿון דער גמרא, וווּ מע באַגריסט די לבֿנה מיט שטורקאַצן, און מע ווײַזט מיט זיי אָן אין אַלע ריכטונגען ווי אַ לולבֿ.
דער עיקר פֿונעם שבת איז אָבער, אַוודאי, געווען צו אינספּירירן די געסט זיך צו לערנען ייִדיש, און שבת נאָך מיטאָג האָט נפֿתּלי טאַקע געגעבן די נישט־ייִדיש־קענער אַן איין־שעהיקע ייִדיש־לעקציע, וואָס ס׳רובֿ פֿון די “אָנהייבער” האָבן טאַקע אָנגענומען ערנסט.
די ציגן אויף דער פֿאַרם
Credit: Miriam Tenenbom
מרים האָט דערציילט, אַז אַפֿילו איידער זי האָט געהערט וועגן “ייִדיש־פֿאַרם”, איז זי שוין געווען פֿאַראינטערסירט אין ייִדיש און האָט אַפֿילו געקויפֿט צוויי ייִדישע ווערטערביכער, אָבער זי האָט זיך ווייניק אויסגעלערנט, ווײַל דאָס שטודירן נײַע שפּראַכן קומט איר אָן שווער. “אָבער זײַענדיק דאָ אויף דער פֿאַרם, האָט דאָס ייִדיש־רעדן געקלונגען אַזוי נאַטירלעך, ווײַל אַלץ האָט דאָ אַ טעם פֿון ׳דער אַלטער היים׳. צום ערשטן מאָל האָב איך אָנגעהויבן צו גלייבן, אַז אפֿשר וועל איך זיך יאָ קענען אויסלערנען ייִדיש.”
אַ טייל פֿון די שבתדיקע געסט זענען זונטיק אין דער פֿרי אַוועקגעפֿאָרן, אָבער די וועלכע זענען פֿאַרבליבן, האָבן באַמערקט, אַז דער צווייטער טאָג פֿונעם “גלות־פֿעסטיוואַל” האָט געהאַט אַ גאָר אַנדערן כאַראַקטער. עס זענען אויפֿגעטראָטן צוויי פּראָפֿעסיאָנעלע קאַפּעליעס: די Wholesale Klezmer Band פֿון גרינפֿילד, מאַסאַטשוסעטס, און דער מאָדערנער חסידישער בדחן, יואלי לעבאָוויץ, אויך באַקאַנט ווי “דער פּעסטער רבי”. דערצו זענען אַ סך משפּחות מיט קליינע קינדער געקומען פֿאַרברענגען דעם טאָג אויף דער פֿאַרם, אַרײַנגערעכנט ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות פֿון מאָנסי און קרית־יואל, וועלכע האָבן געהערט וועגן דעם פֿעסטיוואַל דורכן “פּעסטער רבין”.
דער רעזולטאַט איז געווען אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון פֿאַרשידענע מינים ייִדן, וועלכע האָבן זיך צערעדט, סתּם בײַם וואַרטן אין דער ריי צו באַקומען געבראָטענע קאָטלעטן. סקאַט פֿאַקס, אַ יונגערמאַן וואָס לערנט זיך אויף אַ רעפֿאָרם־ראַבינער, האָט געהערט ווי אַ גרופּע פּראָגרעסיווע ייִדן און חסידים פֿירן אַ שמועס וועגן די נײַע אויטאָביאָגראַפֿישע ביכער אָנגעשריבן פֿון חסידים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער קהילה, ווי, למשל, Unorthodox — אַ שאַרפֿע קריטיק פֿון דער סאַטמערער געזעלשאַפֿט, אָנגעשריבן פֿון דבֿורה פֿעלדמאַן.
“בײַ אונדז איז אַ שיינע און וואַרעמע קהילה,” האָט אַ סאַטמערער מאַמע באַמערקט. “יענץ בוך איז געווען וועגן אַ ספּעציפֿישער אָנגעווייטיקטער משפּחה, אָבער אַזאַ זאַך קאָן טרעפֿן אין יעדער געזעלשאַפֿט.”
“דאַכט זיך, אַז איך האָב נאָך קיין מאָל זיך נישט באַטייליקט אין אַן אונטערנעמונג, וואָס האָט צונויפֿגעבראַכט אַזוי פֿיל פֿאַרשידענע ייִדן,” האָט באַמערקט דוד סאַקס, אַן 28־יאָריקער אינזשעניר. “סעקולערע און חרדישע, רעפֿאָרם־ייִדן און אָרטאָדאָקסישע, וועגעטאַריער און פֿלייש־עסער, שטאָט־מענטשן און פֿאַרמער, קינדער און פּענסיאָנערן. אַלע האָבן הנאה געהאַט פֿון דער מוזיק, געגעסן, געשמועסט און געלאַכט. ס׳איז זעלטן צו זען אַזאַ מין ייִדישע אַחדות, און מיר דאַכט זיך, אַז די ייִדישע קהילה וואָלט געדאַרפֿט אָרגאַניזירן נאָך אַזוינע אונטערנעמונגען.”
בײַם אַרײַנגאַנג צו דער “ייִדיש־פֿאַרם”
Credit: Miriam Tenenbom
דער חסידישער בדחן, יואלי לעבאָוויץ, האָט טאַקע עטלעכע מאָל דערמאָנט און געזונגען וועגן דער אַחדות, וואָס ער זעט אויף “ייִדיש־פֿאַרם”, און דאָס האָט אויף די באַטייליקטע געמאַכט אַ רושם.
“בײַ מיר איז דאָס פּונקט אַזוי וויכטיק ווי אונדזער אָפּשאַצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך און קולטור,” האָט מאירה געזאָגט. “אויף דער וועראַנדע פֿונעם פֿאַרמהויז שטייט אַ שילד מיט די ווערטער: ‘מאַכט זיך היימיש’. דאָס אַרויסווײַזן וואַרעמקייט צו אַלע מינים ייִדן, און אַפֿילו נישט־ייִדן, איז אַ וויכטיקער טייל פֿון ׳ייִדיש־פֿאַרם׳. חסידים, סעקולערע ייִדישיסטן, אָרטיקע פֿאַרמער, אַפֿילו שכנים מיט פּוילישע נעמען באַזוכן אונדז.
“׳ייִדיש־פֿאַרם׳ איז נאָך אַ יונגע אָרגאַניזאַציע, מיט מער אידעאַליזם און ענערגיע ווי פּראַקטישע רעסורסן,” האָט מאירה צוגעגעבן. “אָבער אין לעצטן סך־הכּל, זענען מיר אַלע מסכּים, אַז מיר האָבן, כאָטש אין דעם סוף־וואָך, געהאָלפֿן מאַכן דעם גלות אַ ביסל היימישער.”