Yiddish News From Poland and Sweden

630 326 Jewish Website

פֿון קראָקע זענען אָנגעקומען צוויי נײַע ייִדישע קינדערביכער אין אַ גרויסן  לוקסוס־פֿאָרמאַט מיט האַרטע טאָוולען, וואָס מע זעט הײַנט זעלטן אויפֿן ייִדישן  ביכערמאַרק.

אין 2010 האָט דער זעלבער קראָקער אַרויסגעבער „די ייִדישע טשאָלנט־געזעלשאַפֿט‟  (http://www.czulent.pl) אַרויסגעלאָזט „אַ  מעשׂה‟, מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קינדערלידער. איצט זענען אָנגעקומען די נײַסטע  דערשינענע ביכער — „מײַן אלף־בית‟ פֿון יהושע קאַמינסקי (1884 — 1958) און  „יום־טובֿ לידער‟ מיט דער פּאָעזיע פֿון דער מאָנטרעאַלער איידע מאַזע (1893 —  1962), דעם אַרגענטינער שמואל צעסלער (1904 — 1987) און י. ל. פּרץ. מיטן גאַנצן  פּראָיעקט אַרויסצוגעבן די סעריע קינדערביכער פֿירן אָן אַנאַ  מאַקוּווקאַ־קוואַפּישיעוויטש און פּיאָטר קוואַפּישיעוויטש.

gott_sukkot630
gott_sukkot630

„מײַן אלף־בית‟ איז צו ערשט געווען געדרוקט אין ניו־יאָרק אין 1927, און איז  געווען אַ באַליבט קינדערביכל מיט עטלעכע אויפֿלאַגעס. די דאָזיקע נײַע אויסגאַבע  איז אַרויס אין 2012 מיט אילוסטראַציעס פֿון דער קינסטלערין אורשולאַ  פּאַלושינסקאַ; די זעלבע אילוסטראַטאָרין פֿון „אַ מעשׂה‟. אונטער יעדער  אילוסטראַציע איז פֿאַראַן דער ייִדישער גראַם פֿאַר אַ געוויסן אות און אַ  פּוילישע איבערזעצונג פֿון קאַראָלינאַ שימאַניאַק. צום אות „א‟, למשל, האָט  קאַמינסקי געגראַמט:

איציק, שפּיציק, פּיפּער־נאָטער, דרייט דעם עק בײַם שוואַרצן  קאָטער. מאַכט זיך פֿון פּאַפּיר אַ שווערדל, נעמט דעם  שטעקן פֿאַר אַ פֿערדל.

אין „מײַן אַלף־בית‟ האָט דער מחבר מײַסטעריש געשאַפֿן קינדערלידער מיט  איבערחזרונגען, אומזיניקע קלאַנגען, אַ שטאַרקן ריטעם, און, דער עיקר, פּאַסיקע  קינדערישע פֿאַנטאַזיעס. די פֿיר־שורותדיקע לידלעך זענען גענוג קורץ, אַז קינדער  זאָלן זיי לײַכט אויסלערנען אויף אויסנווייניק. אורשולאַ פּאַלושינסקאַס קונסט איז  מינימאַל און אויסדריקלעך, און פּאַסט זיך זייער צו צו די טעקסטן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172842/yiddish-news-from-poland-and-sweden/#ixzz2g8cYBxyI

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website