The Shtetl Lubavitch Then and Now

630 372 Jewish Website

מע הערט ניט אויף צו הערן נײַעס וועגן דער שניאורסאָן-ביבליאָטעק, וואָס דער גורל  האָט זי פֿאַרטראָגן קיין מאָסקווע. די לעצטע בשׂורה, וואָס די מעדיאַ האָט  צעפּויקט איבער דער וועלט, איז געווען, אַז אַ טייל פֿון דער קאָלעקציע איז  איבערגעגעבן געוואָרן דעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וועלכער געפֿינט זיך פֿאַקטיש  אונטער דער השגחה פֿון דעם מאָסקווער ליובאַוויטשער צענטער.

עס לאָזט זיך אויס, אַז אַ געוויסע צײַט האָט מען גערעדט אויך וועגן  אַריבערפֿירן די ביכער קיין ליובאַוויטשי, אָדער ליבאַוויטש, ווי מע האָט עס אַ  מאָל גערופֿן — דאָס הייסט, אין דעם ייִשובֿ, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען די  ליובאַוויטשער חסידים. אָנהייב יאָר האָט אַהין, קיין ליובאַוויטשי, אין דער  סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד, זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ מאָסקווער זשורנאַליסט און  באַשריבן דעם מצבֿ דאָרטן www.novayagazeta.ru/society/56412.html. ס׳איז אַ דאָרף, וווּ מע האָט זיך  דערפֿרייט, אַז די חסידישע געשיכטע וועט זיי ברענגען עפּעס אַ שטיקל פּרנסה. אין  דער אמתן, האָבן זיי דערווײַל קיין סך ניט אָפּגעשניטן. ס׳איז זייער ווײַט פֿון  דעם, וואָס מע זעט, אַ שטייגער, אין אומאַן.

מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל אונטערן טיטל  „ליבאַוויטש‟ אין דער מאָסקווער צײַטונג „דער אמת‟ (אָדער „דער עמעס‟ אין  סאָוועטישן אויסלייג), געדרוקט אין 1929. דעמאָלט איז אַהין אויך געקומען אַ  גרויסשטאָטישער זשורנאַליסט, יהושע איידלמאַן, וואָס איז אויך געווען אַן  אָנגעשטעלטער אין “געזערד”, די געזעלשאַפֿט אײַנצואָרדענען אויף דער ערד  אַרבעטנדיקע ייִדן. האָט ער באַשריבן ליבאַוויטש, און איך ברענג דאָ אַן אויסצוג,  אָפּהיטנדיק דעם סאָוועטיש-פּראָפּאַגאַנדיסטישן נוסח פֿון דעם אַרטיקל:

אַ קלייניקייט — ליבאַווישט!

דאָס איז דאָך געווען איינער פֿון די גרעסטע צענטרען פֿון רבניש-חסידישן  קלעריקאַליזם!

דאָ פֿלעגן צענדליקער יאָרן צדיקים פֿירן מיט אַ שטאַרקער האַנט די הימלשע  מלוכה אויף דער ערד. די הערשאַפֿט פֿלעגט איבערגיין פֿון פֿאָטער צו זון. די  ווירקונג איז געווען גרויס: גבאָים, שמשׂים און משרתים, פֿיר הונדערט ישיבֿהניקעס  און אַלערליי מקורבֿים און שליחים פֿלעגן אונטערהאַלטן דעם רבינס קייזערלעכע שטול  מיט אַלע מיטלען. און חסידים פֿלעגן קומען פֿאַר הונדערטער, טויזנטער ווערס בעטן  הילף. צרות איז, ברוך-השם, דאָ גענוג בײַ “אַחינו בני-ישׂראל”: איינער זיצט אָן  פּרנסה, דער צווייטער — אָן קינדער, ווער עס האָט אַ טאָכטער חתונה צו מאַכן, ווער  — אַ זון צום פּריזיוו. און אַז דער רבי טרייסט, בענטשט און איז מבֿטיח, ווער  שמועסט אויב ער שמייכלט נאָך דערבײַ, וועט שוין מסתּמא גאָט העלפֿן.

צענדליקער ייִדן מיט ווײַב און קינדער פֿלעגן פֿאָרן קיין ליבאַוויטש צום  רבין טאָג-טעגלעך. און אַז מ׳קומט אַזוי פֿיל מענטשן, דאַרפֿן זיי ערגעץ נעכטיקן,  עסן, טרינקען און קויפֿן דאָס נייטיקסטע.

דעריבער איז פֿאַרשטענדלעך, ווי אין יענע צײַטן האָבן געקאָנט לעבן און  “שיין פֿאַרדינען” זיבעציק קרעמער אין אַ שטעטעלע, וואָס פֿאַרמאָגט אין גאַנצן בײַ  צוויי טויזנט אײַנוווינער, ייִדן מיט רוסן. די הויפּט-קויפֿער זײַנען געווען די  ישיבֿהניקעס, די חסידים און דער “הויף”.

בעל-עגלות פֿלעגן בלײַבן אָן הענט, פֿירנדיק פֿון דער באַן און צו דער באַן.  אַ קלייניקייט — אַ מלוכה!

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174633/the-shtetl-lubavitch-then-and-now/#ixzz2n07ZjneA

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website