Who Was Right?

630 326 Jewish Website

וועט איר זיך חידושן: דאָסטאָיעווסקי און ראַבינאָוויטש?! „קניאַז‟ (פֿירשט)  מישקין און טבֿיה דער מילכיקער? סאַראַ שײַכות? דער אַנטיסעמיטיש־געשטימטער רוסישער  שרײַבער מיט שלום־עליכם? — צוויי פּאַראַלעלן, וואָס קאָנען זיך בשום־אופֿן ניט  איבערשנײַדן! אינעם יאָר, ווען דאָסטאָיעווסקי איז געשטאָרבן, האָט אונדזער  קלאַסיקער ערשט אָנגעהויבן דרוקן זײַנע ערשטע זאַכן אויף העברעיִש! דאָך…

אין 1991, ווען איך האָב זיך געלערנט אין מאָסקווע, בין איך געווען אויף אַ  קאָנצערט פֿון אַ באַוווּסטן רוסישן אַקטיאָר און קינסטלערישן אָנפֿירער פֿון אַ  מאָסקווער רוסישן טעאַטער. דער אַקטיאָר האָט געטראָגן אַ באַרימטע ייִדישע  פֿאַמיליע, בקיצור, אַ ייִד. פּלוצעם, רעדנדיק וועגן דער רוסישער קולטור, גיט ער אַ  זאָג אַרויס אַזאַ פֿראַזע: „איך בין אַ מענטש פֿון דער רוסישער קולטור, און מיר  געפֿעלט דאָסטאָיעווסקי מער ווי שלום־עליכם‟. דער רוסישער עולם אין זאַל האָט אים,  דעם אַקטיאָר, שטורמיש געפּלעסקעט „בראַוואָ‟.

קלאָר, אַז געזאָגט האָט ער אַ נאַרישקייט. אויב עס געפֿעלט דיר דער צי יענער  שרײַבער, הייסט עס דאָך ניט, אַז דו אַליין ביסט דורך דעם אַ מענטש פֿון דער  קולטור, אויף וועלכער עס זײַנען געשאַפֿן דעם שרײַבערס ווערק. און אפֿשר האָט דער  אַקטיאָר געוואָלט זאָגן, אַז ער געהערט ניט צו דער ייִדישער קולטור, צו דעם גאַנצן  „שלום־עליכם־פֿאָלק‟? טאַקע שפּעטער, כּדי צו זײַן ביז גאָר נאָענט צו דער רוסישער  קולטור, צי אפֿשר גאָר ווײַט פֿון דער ייִדישער, האָט דער דאָזיקער אַקטיאָר זיך  געשמדט. מילא… גאָט זאָל אים העלפֿן, כ’ווייס שוין ניט וועלכער…

וועגן דעם קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע און צוואַנציק יאָר  צוריק, האָב איך זיך דערמאָנט, לייענענדיק די טעג שלום־עליכמס אַ בריוו מיטן קעפּל:  „אַ פּאָר ווערטער צום בעל־הקונדס‟. גלײַכער געזאָגט, אַז לייענענדיק דעם דאָזיקן  בריוו, איז מיר געקומען אויפֿן זינען דאָסטאָיעווסקיס באַוווּסטע פֿראַזע: „די  שיינקייט וועט ראַטעווען די וועלט!‟ — נאָר צו ערשט, אַ ביסל געשיכטע.

אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אין די ייִדישע שטעטלעך, געגנטן,  סבֿיבֿות, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, פֿלעגט דער נאָמען אַליין, שלום־עליכם,  אַרויסרופֿן אַ שמייכל, אַ גוטהאַרציקן, זוניקן שמייכל. דער קלאַסיקער אונדזערער  וואָלט זיך געקאָנט אויך נעמען דעם פּסעוודאָנים: „אַ שמייכל אײַך!‟, צי „אַ שמייכל  עליכם‟.

שלום־עליכם פֿלעג זאָגן: „מײַן מוזע איז אַן אָרעמע נאָר אַ פֿריילעכע‟. ער האָט  ליב געהאַט צו מאַכן פֿריילעך, ס’זאָלן אים אַרומרינגלען פֿריילעכע, לאַכנדיקע  מענטשן. ער, וואָלט איך געזאָגט, האָט מיטן געלעכטער געוואָלט ווי מיט אַ טיכל  אָפּווישן די טרערן בײַם ייִדישן פֿאָלק. שלום־עליכם האָט ליב געהאַט צו לאַכן  צוליב דעם לאַכן!

שמואל ניגער האָט געשריבן: „שלום־עליכם קומט צום לעזער מיט אָפּגעווישטע טרערן,  אויפֿן געזיכט שײַנט אַ שמייכל… ער שאַפֿט אַן אילוזיע פֿון פֿריילעכקייט און די  פֿריילעכקייט איז ווי אַ פֿײַער אין אַ פֿינצטערער נאַכט: זי טרייסט, זי ווינקט, זי  רופֿט…‟. בעל־מחשבֿות האָט אַ מאָל אָנגערופֿן שלום־עליכמען: „דער ייִד פֿון  אוקראַיִנע, וואָס האָט געלערנט זײַן פֿאָלק ווי צו לאַכן‟. איטשע גאָלדבערג האָט  געשריבן וועגן שלום־עליכמען: „ער האָט אַנטדעקט דעם קוואַל פֿון געלעכטער אין  פֿאָלק‟.

און כאָטש דאָס לעבן פֿון די ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע איז געווען אַן  אומעטיקס, האָט שלום־עליכם געשריבן צו מענדעלען, צום „זיידן‟ אין אַ בריוו: „ס’זאָל  ניט זײַן אַזוי אָנגעזאָלעט אויפֿן האַרצן, וואָלט געווען גענוג מאַטעריאַל אויף צו  לאַכן. הלוואַי זאָל גאָט געבן, מע זאָל טאַקע לאַכן און גוט לאַכן, זיך האַלטן בײַ  די זײַטן לאַכנדיק. ווי עס ווינטשט אײַך און זיך און אונדז אַלעמען כּל־ישׂראל —  אָמן!‟ די באַוווּסטע פֿראַזע פֿון טבֿיה דעם מילכיקן וואָלט מען געקאָנט זאָגן  אַזוי: „רבותי, לייענט שלום־עליכמען, דאָקטוירים הייסן לאַכן!‟

דאָס „אייניקל‟ האָט ניט איין מאָל אונטערגעשטראָכן, אַז ער איז אַ הומאָריסט.  הומאָר האָבן געהאַט אין זייערע ווערק די ייִדישע שרײַבער אי פֿאַר שלום־עלימען, אי  אין שלום־עליכמס צײַטן, און אויך שפּעטער, ביזן הײַנטיקן טאָג. איך האָב פֿאַר זיך  אַזאַ פֿאָרמל: „אויב אין די ווערק פֿון אַ שרײַבער איז ניט פֿאַראַנען הומאָר, איז  בײַ דעם דאָזיקן שרײַבער ניט פֿאַראַן קיין טאַלאַנט!‟ דאָס געפֿיל פֿון הומאָר איז  איינע פֿון די פֿאַרבן אינעם רעגנבויגן, וואָס הייסט, טאַלאַנט! דאָך, נאָר בײַ  שלום־עליכמען האָט דער דאָזיקער הומאָר באַפֿאַרבט, צי געווען דער הינטערגרונט,  פֿון אַלע איבעריקע פֿאַרבן פֿון זײַן טאַלאַנט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174593/who-was-right/#ixzz2nsJ5ZUwf

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website