אױספֿירדיק די װוּנטשן פֿון שלום־עליכמס עטישער צװאה, האָט דעם שרײַבערס משפּחה זינט 1916 דורכגעפֿירט יעדעס יאָר אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד זײַן אָנדענק. הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען דעם 18טן מײַ אינעם בנין פֿון דער „ברודערשאַפֿט־סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן — דאָס זעלבע אָרט פֿון זײַנע יאָרצײַטן אין משך פֿון אַן ערך צװאַנציק יאָר.
די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך אָנגעהױבן מיט דער אַרײַנפֿיר־רעדע פֿונעם שרײַבערס אור־אײניקל, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעװעזענע קרובֿים פֿון שלום־עליכם, זײערע פֿרײַנד און ספּעציעלע געסט, און צװישן זײ, די פּראָמינענטע איבערזעצערין פֿון זײַנע װערק, אַליזאַ שעװרין. ער האָט אױך איבערגעגעבן, אַז עס זײַנען דאָ אין זאַל די פֿאָרשטײער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, װאָס געפֿינט זיך אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דערנאָך האָט שײן בײקער, דער באַקאַנטער ניו־יאָרקער שױשפּילער, אין איינעם מיט שלום־עליכמס אײניקל, ד”ר שערװין קאַופֿמאַן (אין זעקס װאָכן אַרום װערן אים 94, ביז 120!), פֿאָרגעלײענט אַ פֿראַגמענט פֿונעם שלום־עליכמס צװאה אױף ייִדיש און ענגליש.
ווען צום מיקראָפֿאָן איז פֿאַרבעטן געװאָרן שלום־עליכמס אײניקל, בעל קאַופֿמאַן, װעלכע האָט דעם 10טן מײַ אָפּגעמערקט איר 103טן געבױרן־טאָג, האָט דער גאַנצער עולם זי באַגריסט מיט דױערנדיקע אָװאַציעס. בעל האָט פֿאָרגעלײענט איר אײגענע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע אױף דער מצבֿה פֿון איר זײדן, צוזאַמענגעשטעלט אַמאָל פֿון אים גופֿא.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/178682/sholem-aleichems-th-yortsayt/#ixzz32NtybJTi