The New Islamic State – What’s Next?

650 365 Jewish Website

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אָרגאַניזאַציע „איסלאַמישע מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟ (ISIS) אײַנגענומען אַ גרויסן שטח אינעם סאַמע האַרץ פֿון מיטל-מיזרח. זינט די תּנ”כישע צײַטן ביזן אָהנייב פֿון די דיקטאַטורן האָבן סיריע און איראַק זיך געפֿונען אינעם צענטראַלן ראַיאָן, פֿונעם עקאָנאָמישן, קולטורעלן און רעליגיעזן שטאַנדפּונקט. דעריבער, דאַכט זיך, אַז ISIS וועט טאַקע מצליח זײַן צו גרינדן דאָרט אַן איסלאַמישע מדינה, וואָס קען ווערן דער יסוד פֿאַר אַ נײַעם כאַליפֿאַט. וואָס איז דער באַטײַט פֿון אַזאַ איסלאַמישער מדינה, און וואָס קאָן געשען ווײַטער?

די „איסלאַמישע מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟ איז אַן אָפּצווײַג פֿון „אַל-קײַדאַ‟. די צענטראַלע אָרגאַניזאַציע פֿון „אַל-קײַדאַ‟ איז געוואָרן כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשוואַכט צוליב אַמעריקעס מלחמה קעגן טעראָר. צוליב דעם זײַנען די אָפּצווײַגן געוואָרן וויכטיקער אינעם קאַמף איבערצוקערן די הײַנטיקע אָרדענונג, און ביסלעכווײַז צו גרינדן אַ נײַע מדינה אינעם נוסח פֿונעם אַלטן כאַליפֿאַט. די איסלאַמישע מדינה איז געוואָרן מעכטיק צוליב אירע נצחונות אין דער מלחמה אין סיריע, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי קעמפֿט קעגן אַנדערע אָפּצווײַגן פֿון „אַל-קײַדאַ‟, ווי דער „נוסראַ פֿראָנט‟, למשל. זי איז אויך אַקטיוו אין איראַק.

די איסלאַמישע וועלט איז שאָקירט געוואָרן פֿון איר הצלחה אין מיזרח־סיריע און אין איראַק. עס איז געוואָרן קלאָר, אַז די אַרמייען פֿון די צוויי מדינות זײַנען נישט גענוג שטאַרק אָפּצוהיטן דאָס אייגענע לאַנד. דער שאָק האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי ISIS האָט זיך אַרײַנגעריסן אין מאָסול, די הויפּט-שטאָט פֿון נינווה-גובערניע, וואָס שטייט טאַקע אַנטקעגן די חורבֿות פֿון דער היסטאָרישער שטאָט. עס איז וויכטיק אויך צו געדענקען, אַז סיריע און איראַק זײַנען געווען אַמאָל די צענטערס פֿון איסלאַם. די אומײַאַדן האָבן געהערשט אין דמשׂק, און זייערע נאָכפֿאָלגער, די אַבאַסידן — אין סיריע און איראַק. די איסלאַמישע מדינה האָט, אייגנטלעך, אײַנגענומען שוין צוויי אַמאָליקע אַבאַסידישע הויפּט-שטעט: אַר-ראַקאַ און סאַמאַראַ, און זי סטראַשעט איצט דער דריטער און דער וויכקטיקסטער שטאָט — באַגדאַד.

אויסער דעם, איז אַ שרעק, וואַס ס׳קאָן געשען נישט נאָר מיט די קריסטן — זייער גורל אונטער דער „מדינה‟ איז, ליידער, שוין פֿאַראורטיילט געוואָרן — נאָר אויך מיט די שיִיִטן אויף דער טערעטאָריע, וואָס איז אײַנגענומען געוואָרן. די „איסלאַמישע מדינה‟ האָט שוין פֿאַרכאַפּט סאַמאַראַ, אַ וויכטיקע שטאָט פֿאַר די שיִיִטן. אויב עס צו פֿאַרגלײַכן מיט די ייִדישע שטעט, איז זי פֿונעם זעלבן שניט וואָס טבֿריה. די שיִיִטישע רעליגיעזע פֿירער האָבן גערופֿן די יוגנט צו גיין קעמפֿן קעגן ISIS, און דער פּרעזידענט נורי אַל-מאַליקי האָט געלויבט די קעמפֿער פֿאַר זייער דרייסטקייט. איראַן האָט געשיקט די „אַל־קודס‟ בריגאַדע קיין איראַק אָפּצוהיטן די הייליקע שטעט (נאַדזשאַף און קאַרבאַלאַ געפֿינען זיך נישט ווײַט דרום-צו פֿון באַגדאַד).

[…]

Source: http://yiddish.forward.com/articles/179311/the-new-islamic-state-whats-next/#ixzz358F6x0LF

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website