דער צווייטער אַקט פֿון דוד שנײַדערס נײַער פּיעסע, Making Stalin Laugh (בעת מע רופֿט אַרויס געלעכטער בײַ סטאַלינען) קומט פֿאָר אין יאָר 1935 — דאָס יאָר, וואָס דער מאָסקווער מלוכישער ייִדישער טעאַטער האָט באַשלאָסן אויפֿצופֿירן „קעניג ליר‟, מיט זײַן לעגענדאַרן רעזשיסאָר, שלמה מיכאָעלס, אין דער הויפּט־ראָלע.
בעת די פּאַרטיי־אַפּאַראַטשיקעס האַלטן אַן אויג אויף אים, דערקלערט מיכאָעלס זײַנע אַקטיאָרן, אַז די פּיעסע איז „אַ טראַגעדיע וועגן דער פּאַמעלעכער צעשטערונג פֿון אילוזיעס. אילוזיעס ווערן נישט צעשמעטערט איבערנאַכט; זיי שטאַרבן אָפּ צו־ביסלעך,‟ זאָגט מיכאָעלס.
די טראַגיע־קאָמעדיע Making Stalin Laugh איז דעם חודש געשפּילט געוואָרן אינעם לאָנדאָנער ייִדישן קהילה־צענטער, JW3. זי שילדערט אָט די צעברעקלונג פֿון אילוזיעס: מיכאָעלס׳ גלויבן, אַז די ייִדישע קולטור קאָן עקזיסטירן אין אַ מלוכה, וואָס באַטראַכט ייִדיש און די ייִדישע אמונה ווי אַלט־פֿרענקיש, און ווי אַ שטרויכלונג פֿון דער רעוואָלוציע און דעם פּראָגרעס.
די פּיעסע דערציילט וועגן דעם גורל פֿונעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער, אָנהייבנדיק פֿון דער אויפֿפֿירונג פֿון „מסעות בנימין השלישי‟ אין 1927 ביזן מאָרד פֿון מיכאָעלסן אין מינסק אין 1948, ווי אויך דאָס שליסן דעם טעאַטער אין 1949, און די „נאַכט פֿון די דערמאָרדערטע פּאָעטן‟ דעם 12טן אויגוסט 1952.
„בעתן פֿאָרשן פֿאַר מײַן דאָקטאָראַט אין אָקספֿאָרד, האָב איך זיך אָפֿט אָנגעשטויסן אין דער אויסערגעוויינטלעכער טרופּע, וואָס האָט געהאַט אַזאַ השפּעה, און האָט אַרויסגערופֿן דרך־ארץ בײַ דער טעאַטער־וועלט אין אַלגעמיין,‟ האָט שנײַדער דערקלערט. „די טרופּע האָט זיך באַמיט אויפֿצופֿירן פּיעסעס אין די שווערסטע באַדינגונגען.‟
[…]