How World War I Shaped Jewish Politics and Identity

630 350 Jewish Website

ווען די ערשטע וועלט־מלחמה איז אויסגעבראָכן מיט 100 יאָר צוריק, האָט אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, פֿאָרויסגעזאָגט, אַז עס וועט פֿאַרגאָסן ווערן אַ סך בלוט, און צוגעגעבן, אַז אַ נײַע מלחמה מיינט, אַז די וועלט וועט אַראָפּפֿאַלן צוריק אינעם חושך. דעם 28סטן יוני, 1914, האָט מען דערמאָרדעט דעם עסטרײַכישן ערצהערצאָג, פֿראַנץ פֿערדינאַנד. זײַן טויט האָט געדינט ווי אַ פֿונק, פֿון וועלכן עס האָט זיך דאָס מלחמה־פֿײַער צעצונדן איבער דער וועלט.

קאַהאַן איז אויפֿגעטראָטן קעגן דער מלחמה צוליב זײַנע סאָציאַליסטישע פּרינציפּן. אַזוי ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן אין יענער תּקופֿה און ס׳רובֿ אַמעריקאַנער בכלל, האָט ער געהאַלטן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל זיך נישט אַרײַנמישן אינעם בלוטבאָד. פֿונדעסטוועגן, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן זיך יאָ אַרײַנגעמישט, פֿון אָנהייב אָן, גאַנץ אַקטיוו אינעם עקאָנאָמיש־הומאַניטאַרן אַספּעקט פֿון דער סיטואַציע, העלפֿנדיק די הונגעריקע ייִדן אין פּאַלעסטינע און די אָרעמע און חרובֿ־געוואָרענע לענדער אין דער צענטראַלער און מיזרח־אייראָפּע.

אינעם יאָר 1917, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זיך אָנגעשלאָסן אין דער מלחמה, און די ייִדישע בירגער האָבן געמוזט דינען אין דער אַרמיי. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד האָבן אַ סך ייִדישע סאָלדאַטן — אַרום 200,000 נפֿשות — געדינט אינעם אַמעריקאַנער מיליטער.

די ערשטע וועלט־מלחמה האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף די אַמעריקאַנער ייִדן — אויף זייער זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע, זייערע ווערטן און זייער אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. דניאל סויער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע בײַם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, האָט געזאָגט, אַז די ערשטע וועלט־מלחמה איז געווען, אין געוויסע אַספּעקטן, פּונקט אַזוי וויכטיק פֿאַר דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, ווי די צווייטע. צוליב דעם שוידערלעכן נאַצי־חורבן, האָט מען אָבער פֿאַרגעסן וועגן דעם.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/179535/how-world-war-i-shaped-jewish-politics-and-identit/#ixzz35sp7xOQw

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website