Gaza Tunnels – More Sophisticated Than Believed

630 421 Jewish Website

די יבשה־סטאַדיע פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע „פֿעסטער פֿעלדז‟ האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ צאָל וויכטיקע קשיות; דער עיקר — צי האָט ישׂראל געוווּסט ווי גרויס און צעצווײַגט איז דער טעראָריסטישער טונעלן־פּראָיעקט פֿון „כאַמאַס‟?

אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין „אַל־מאָניטאָר‟ די וואָך, איז דער מחבר, שלומי אלדר, זיך משער, אַז צה״ל האָט טאַקע נישט געוווּסט וויפֿל „כאַמאַס‟ האָט אינוועסטירט אין דער אונטערערדישער אינפֿראַסטרוקטור. ווען די ישׂראלדיקע יבשה־כּוחות זענען אַרײַן אין עזה, איז ערשט קלאָר געוואָרן, אַז די טעראָריסטישע טונעלן קאָנען באַדראָען די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג נאָך מער ווי די „כאַמאַס‟־ראַקעטן, ווײַל די „אײַזערנע קופּאָל־סיסטעם‟ איז נישט מסוגל צו באַשיצן דעם עולם פֿון טעראָריסטן, וועלכע גנבֿענען זיך אַרײַן אין לאַנד דורך די טונעלן.

בעת אַ פּריוואַטער זיצונג מיט זשורנאַליסטן דעם 19טן יולי האָט אַ קוואַל פֿון צה״ל אַפֿילו דערקלערט, אַז ס׳איז נישט זיכער, צי די אַרמיי וועט אַלע טונעלן קענען געפֿינען — אַ סימן, אַז צה״ל האָט זיך טאַקע נישט געריכט, ווי גרויס איז דער פֿאַרנעם פֿון די טונעלן, וואָס „כאַמאַס‟ האָט געבויט אויף דער גרענעץ מיט ישׂראל.

ביז איצט האָט צה״ל אַנטדעקט 36 טונעלן, אָבער זיכער זענען דאָ נאָך אַ סך, וואָס די אַרמיי האָט נישט געפֿונען. לויט דער שאַצונג פֿון אַ זיכערהייט־קוואַל, זענען די טונעלן זייער גרויס, און ס׳האָט מסתּמא געדויערט דרײַ יאָר זיי צו פּלאַנירן און צוצוגרייטן. די הוצאָות פֿון אויסגראָבן, פֿאַרפֿעסטיקן און אויפֿהאַלטן די טונעלן באַטרעפֿן אַרום 1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר יעדן טונעל באַזונדער.

אויפֿצוהאַלטן די טונעלן, מיינט אויך צו באַשיצן זיי פֿון פֿאַרפֿלייצונגען בעת די ווינטערדיקע שטורעמס — נישט קיין גרינגע אַרבעט, נעמענדיק אין באַטראַכט עזהס צעבראָכענע אָפּפֿאַל־סיסטעם. שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט „כאַמאַס‟ — אַ באַוועגונג, וואָס זאָגט כּסדר צו די פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג צו פֿאַרבעסערן זייער לעבן־קוואַליטעט — נישט אינוועסטירן אַפֿילו איין־הונדערטסטל פֿון די טונעל־הוצאָות צו רעמאָנטירן די שרעקלעכע אָפּפֿאַל־סיסטעם?

[…]

Source: http://yiddish.forward.com/articles/180126/gaza-tunnels-more-sophisticated-than-believed/#ixzz38EY0u2XQ

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website