Dogs, Too, are Suffering From the Gaza War

630 350 Jewish Website

אַ הייסער נאָכמיטאָג אין תּל־אָבֿיבֿ. פּלוצלינג דערהערט זיך אַ סירענע, און די גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט פֿינף הינט, גייט גיך און רויִק אַרײַן אינעם באַוואָרנטן צימער. אָבער בײַ אַ צווייטער משפּחה איז גאָר אַנדערש: באַלד ווי דער הונט דערהערט די סירענע, באַפּישט ער זיך.

אתי אַלטמאַן, אַ וואָרטזאָגערין פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע Let the Animals Live [ראַטעוועט די חיות], זאָגט, אַז זי האָט שוין געזען אַ סך פֿאַלן פֿון טראַוומע בײַ שטוב־חיות זינט דעם אָנהייב פֿון דער מלחמה אין עזה. אַ טייל פֿון זיי באַהאַלטן זיך אונטערן טיש, ווען זיי דערהערן די סירענע, און אַנדערע דרייען זיך גיך אין אַ ראָד, אַזוי ווי זיי וואָלטן געפּרוּווט כאַפּן דאָס וויידל — און זיי טוען עס אַ מאָל שעהען לאַנג.

„הינט האָבן אַ סך אַ שאַרפֿערן געהער ווי מענטשן,‟ האָט אַלטמאַן דערקלערט. „ווען זיי דערהערן די סירענע און די אויפֿרײַסן, איז עס בײַ זיי אין אויער 100 מאָל שטאַרקער ווי בײַ אונדז.‟

די אַמעריקאַנער אַרמיי איז געווען די ערשטע אָפֿיציעל צו אָנערקענען, אַז הינט קענען אויך לײַדן פֿון PTSD (פּאָסט־טראַוומאַטישער סטרעס־סינדראָם). ד״ר ניקאָלאַס דאָדמאַן, אַן עקספּערט פֿון PTSD בײַ חיות, איז געווען אַ קאָנסולטאַנט פֿאַרן אַמעריקאַנער מיליטער אינעם פֿאַל פֿון דזשינאַ, אַ יונגע דײַטשישע שאָפֿהינטיכע, וואָס בײַ איר האָבן זיך אַנטוויקלט נערוועזע סימפּטאָמען נאָך זעקס חדשים וווינען מיטן מיליטער אין איראַק. נאָכן אַהיימקומען קיין אַמעריקע, האָט זי אָנגעהויבן סאַפּען שווער און זיך אַנטקעגנשטעלן, יעדעס מאָל וואָס מע האָט זי געפּרוּווט אַרײַנפֿירן אין אַ הויז.

[…]

Source: http://yiddish.forward.com/articles/180396/dogs-too-are-suffering-from-the-gaza-war/#ixzz39BdlkH4u

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website