Ukrainian New Yorkers Support Ukraine

630 420 Jewish Website

סוף־וואָך זײַנען די אוקראַיִנישע אײַנוווינער פֿון ניו־יאָרק אַרויסגעגאַנגען אויף אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אין מאַנהעטן. אַרום 500 מענטשן האָבן געטראָגן אַ לאַנגע געל־בלויע לײַוונט — די קאָלירן פֿון דער אוקראַיִנישער פֿאָן, אויסשרײַענדיק לאָזונגען קעגן פּוטין און זײַן רעזשים אויף ענגליש און אוקראַיִניש. זיי האָבן מאַרשירט אויף דער פֿינפֿטער אַוועניו, אָנהייבנדיק פֿון דער 57סטער גאַס אין דער ריכטונג פֿון דעם רוסלענדישן גענעראַל־קאָנסולאַט, וואָס געפֿינט זיך אויף דער 91סטער גאַס.

צום בנין פֿונעם קאָנסולאַט האָט די פּאָליציי די דעמאָנסטראַנטן נישט דערלויבט צוגיין, דעריבער איז דער מיטינג דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם צענטראַל־פּאַרק. אין אַלגעמיין, איז די דעמאָנסטראַציע אָרגאַניזירט געוואָרן מיט קאָפּ, נישט־שטערנדיק דער טראַנספּאָרט־באַוועגונג.

ס׳רובֿ באַטייליקטע זײַנען אַוודאי געווען אוקראַיִנער; עס זײַנען אָבער אויך געווען רוסן און אַמעריקאַנער פֿון פֿאַרשידענעם עלטער. ס׳האָבן נישט אויסגעפֿעלט קיין ייִדן, בפֿרט אַז דער עלטערער דור, וואָס איז נאָך ביז הײַנט אײַנגעוואָרצלט אין „יענעם לעבן‟, זאָרגט זיך פּונקט אַזוי פֿיל (אויב נישט מערער) וועגן דעם גורל פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, ווי דער גורל פֿון ישׂראל.

בײַ אייניקע פּראָטעסטירער זײַנען אויף דער פּלייצע צוגעשפּיליעט געווען פּאַפּירענע צילברעטער; אַנדערע האָבן געטראָגן נאַציאָנאַל־אויסגענייטע העמדער, און אַ סך מיידלעך האָבן באַקרוינט זייערע קעפּ מיט טראַדיציאָנעלע בלומען־קרענצלעך. די אַקציע אַליין האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם זינגען דעם אוקראַיִנישן הימען און זיך פֿאַרענדיקט מיטן זינגען דעם הימען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די הויפּט־לאָזונגען זײַנען געווען — „פּוטין, אַראָפּ די הענט פֿון אוקראַיִנע!‟, „לעבן זאָלן די העלדן פֿון אוקראַיִנע!‟, „רוסלאַנד — אַרויס פֿון אוקראַיִנע!‟.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/180882/ukrainian-new-yorkers-support-ukraine/#ixzz3BcCY3YMN

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website