Escaping From France to Israel Is Not the Answer

992 445 Jewish Website

וואָס פֿאַר אַ סיבה ווירקט אויף די ייִדן אין פּאַריז, ליאָן און מאַרסיי, וועלכע טראַכטן אַוועקצופֿאָרן פֿון פֿראַנקרײַך? די כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטישיע מעשׂים אינעם לאַנד, צי פּראַגמאַטישע חשבנונות?

אַ טייל פֿראַנצויזישע ייִדן פֿילן זיך הײַנט געכאַפּט אין דער אַלטער היסטאָרישער פּאַסטקע. פֿון איין זײַט, וואַקסט אינעם לאַנד די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟ און אַנדערע פֿאַשיסטישע באַוועגונגען; פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַרשפּרייטן זיך אינעם לאַנד די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע גרופּעס, וואָס פּרעדיקן אַנטיסעמיטיזם. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מען אין מײַן לאַנד, פֿראַנקרײַך, געשטרעבט אינגאַנצן פּטור צו ווערן פֿון אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם בכלל. אין דער הײַנטיקער פֿראַנצויזישער רעפּובליק זענען אַלע בירגער גלײַך; ס׳איז נישט קיין שוואַרצע און ווײַסע, קאַטויליקער, ייִדן צי מוסולמענער. יעדער איז אַ פֿראַנצויז, וואָס לעבט לויטן פּרינציפּ פֿון „פֿרײַהייט, גלײַכהייט און ברודערשאַפֿט‟.

פֿון קינדווײַז אָן בין איך דערצויגן געוואָרן, גלייבנדיק אינעם דאָזיקן וווּנדערלעכן לאָזונג. צום באַדויערן, אָבער, ווערט ער הײַנט נישט אַלעמאָל געפֿאָלגט. ווי אַ רעזולטאַט, איז איינער פֿון מײַנע ברידער אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּאַריז קיין ניו־יאָרק און קלײַבט זיך דאָרט צו בלײַבן, און דער צווייטער ברודער שטודירט אין שפּאַניע און שוועדן. איך פֿיל זיך נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס אַ סך מײַנע חבֿרים האָבן עמיגרירט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181388/escaping-from-france-to-israel-is-not-the-answer/#ixzz3Cxb3Dn00

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website