Uri Zvi Grinberg’s Wartime Poetry

630 326

די ערשטע װעלט־מלחמה, װאָס האָט אױסגעבראָכן מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט געענדערט דאָס פּנים פֿון דער גאַנצער װעלט. אָבער איר דירעקטע השפּעה אױף דער ייִדישער קולטור איז מסתּמא ניט געװען אַזאַ שטאַרקע, װי זי האָט געהאַט אויף די קולטורן פֿון אַנדערע פֿעלקער.

אײן סיבה איז אַ טעכנישע: די רוסישע מלוכה האָט פֿאַרװערט די פּובליקאַציעס מיט ייִדישע אותיות, װײַל ס׳האָט געמאַכט שװעריקייטן פֿאַר דער מיליטערישער צענזור. דערצו נאָך האָבן די ייִדן ניט געהאַט קײן אײגענעם אינטערעס אין דער דאָזיקער מלחמה, װוּ זײ זײַנען געװען געצװוּנגען צו שלאָגן זיך אין קעגנערישע אַרמײען, צומאָל קעגן זײערע אײגענע ברידער־ייִדן.

אָבער די פֿראָנט־דערפֿאַרונג האָט טאַקע יאָ איבערגעלאָזט טיפֿע שפּורן אין דער נשמה פֿון אײניקע ייִדישע דיכטער. זי האָט זײ געשטופּט אין אַ נײַער, מער ראַדיקאַלער ריכטונג, סײַ אין זײער שעפֿערישקײט און סײַ אין זײער פּאָליטיק. אײנער פֿון די בולטסטע בײַשפּילן פֿון אַזאַ טראַנספֿאָרמאַציע איז אורי־צבֿי גרינבערג. אַ תּושבֿ פֿון לעמבערג, די הױפּטשטאָט פֿון גאַליציע, איז ער אין 1915 מאָביליזירט געװאָרן אין דער עסטרײַכישער אַרמײ און געשיקט געוואָרן אױפֿן סערבישן פֿראָנט. דאָרט האָט ער זיך באַטײליקט אין די בלוטיקע שלאַכטן אױפֿן טײַך סאַװאַ, װוּ אַ היפּשע צאָל זײַנע קאַמעראַדן זײַנען אומגעקומען: „אַ מישמאַש פֿון שטיקער און צעריסענע זאַכן און איך אין דער מיט. דער דערמיט איז אַ תּהו גלײַך שװאַרצע נעכט מיט פֿאַרכמאַרעטע הימלען‟. די זכרונות פֿון יענער נאַכט האָבן גרינבערגן ניט אָפּגעלאָזט זײַן גאַנץ לעבן. זײ קומען אױף אין פֿאַרשידענע גילגולים אין זײַנע שפּעטערע לידער אױף ייִדיש און העברעיִש.

דאָס רעשט פֿון גרינבערגס מיליטערישער דינסט איז געװען רויִקער. װי אַ קוריער, איז אים אויסגעקומען אַ סך צו רײַטן אױף אַ פֿערד איבער סערביע, באָסניע און אַלבאַניע. ער האָט ליב באַקומען דאָס לאַנד, די מענטשן, זײער קולטור: „איך האָב ליב, ליב דאָס סערבן־פֿאָלק…‟ מיט װאָס זשע האָבן די סערבן, דער הױפּט–שׂונא פֿון עסטרײַך, אַזױ אױסגענומען בײַם פּאָעט? אין זײַן דיכטערישער פֿאַנטאַזיע האָט ער פֿאַרגליכן דעם טרױעריקן מצבֿ פֿון סערביע, װאָס איז צעשטערט געװאָרן דורך דער עסטרײַכישער אַרמײ, מיטן חרובֿן בית־המיקדש: „כ‘האָב געזען, אַז אױף די מקדשים זײערע איז אַ גרויער שטױב געלעגן און אַ הײליק צוציִיִק יתומדיקײט. אַז פֿאַרנאַכט־צײַט זענען געשטאַנען פֿײגעלעך אױף שפּיצן פֿון גאָלד־צלמים.‟

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181476/uri-zvi-grinberg-s-wartime-poetry/?p=all#ixzz3D8pEeG1s