דרײַ מענטשן באַפֿאַלן ישיבֿה־בחור אין מאָסקווע
די וויכטיקסטע ידיעה פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך אין מאָסקווע איז, צום באַדויערן, טרויעריק, און האָט, אַפּנים, צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם.
3 מענטשן זײַנען באַפֿאַלן אַ ישיבֿה־בחור און האָבן אים שטאַרק געשלאָגן. דאָס איז געשען דעם 3טן דעצעמבער לעבן דער ישיבֿה „תּורת חיים‟ אין מאָסקווער געגנט. דער קרבן, שלמה ראָמאַנאָווסקי, געפֿינט זיך אין שפּיטאָל. זײַן מצבֿ איז פֿאַר דער פֿאַרגאַנגענער וואָך לײַכטער געוואָרן, און ער האָפֿט אַרויסצוגיין פֿון שפּיטאָל די וואָך. ער האָט דערציילט, אַז באַפֿאַלן זײַנען אים 3 מענטשן, וואָס האָבן צווישן זיך גערעדט אויף עפּעס אַ שפּראַך וואָס ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען. מע האָט בײַ אים גאָר נישט צוגעגנבֿט — און אַ פּנים, הייסט עס, אַז מ’האָט אים געשלאָגן צוליב אַנטיסעמיטישע מאָטיוון. דאָס איז דער ערשטער פֿאַל פֿון אַזאַ דערשײַנונג אין מאָסקווער געגנט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר.
קאָנפֿערענץ פֿאַרגלײַכט צאָל־מנהגים בײַ סלאַוון און ייִדן
צו די נײַעס פֿון אַקאַדעמיש לעבן: אין מאָסקווער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען „נומעראָלאָגיע אין דער סלאַווישער און ייִדישער קולטור‟. דער אָרגאַניזאַטאָר איז דער צענטער פֿאַר אַנטוויקלונג פֿון לערנען ייִדישע לימודים — „ספר‟, וואָס איז אי אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אי אַ טייל פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. צוויי מאָל אַ יאָר האַלט ער קאָנפֿערענצן אין ייִדישע לימודים (אַן אַלגעמיינע און אַ סטודענטישע), און איין מאָל אַ יאָר, אָנהייב דעצעמבער, פֿירט ער דורך אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער פֿאָלקסטימלעכער קולטור — דער סלאַווישער און דער ייִדישער, די ענלעכקייטן און אונטערשיידן צווישן זיי. דאָס מאָל זײַנען די רעפֿעראַטן פֿאַרבונדן געווען מיטן באַטײַט פֿון צאָלן אין מנהגים און גלייבענישן בײַ סלאַוון און ייִדן. די אָנטיילנעמערס זענען געקומען פֿון עטלעכע רוסלענדישע שטעט, פֿון ישׂראל, לעטלאַנד, ליטע און דײַטשלאַנד.
נײַער נומער פֿון „קול מבֿשׂר‟ איז אַרויס
די וואָך איז אַרויסגעגאַנגען אַ נײַער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט „קול מבֿשׂר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט‟. דאָס איז אַ צײַטשריפֿט וואָס גייט אַרויס אויף רוסיש איין מאָל יעדע עטלעכע יאָר. די רעדאַקציע באַשטייט פֿון פֿאָרשער פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט און אויך פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. אַרטיקלען, וואָס ווערן אײַנגעשלאָסן אינעם זשורנאַל, זענען געווידמעט פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון ייִדישע לימודים: פֿון תּנ”כישער אַרכעאָלאָגיע ביז מאָדערנער ליטעראַטור אָדער עקאָנאָמיק.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/183637/news-from-moscow/?p=all#ixzz3LdSmKSyh