דער פֿיזיקער סטיווען האַוקינג איז שטענדיק אויף דער צונג בײַ דער מעדיאַ. מע האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ פֿילם וועגן זײַן לעבן, „די טעאָריע פֿון אַלצדינג‟, וואָס ווײַזט אָן, ווי מע האָט אים דיאַגנאָזירט מיט ALS אין 1963. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע האָט געמיינט, אַז ער וועט ניט לעבן מער ווי צוויי יאָר, איז ער געוואָרן אַ באַקאַנטער טעאָרעטישער פֿיזיקער, וואָס איז פֿאַררעכנט צווישן די וויכטיקסטע פֿיגורן אינעם פֿעלד, זינט אײַנשטיין. ער האָט אויך געשריבן אַ צאָל ביכער, וואָס זענען געוואָרן בעסטסעלערס איבער דער גאָרער וועלט.
כאָטש ס׳איז גאַנץ קלאָר, אַז האַוקינג אַליין האָט ניט מורא פֿאַר זיך, זאָרגט ער וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער מענטשהייט. ווי ער האָט געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן BBC, זאָרגט ער זיך, אַז די מאַשינען, וואָס באַנוצן זיך מיט „קינסטלעכן אינטעלעקט‟ (Artificial Intelligence בל׳׳עז), וועלן קענען טראַכטן גיכער, ווי די מענטשן, וואָס האָבן זיי באַשאַפֿן.
„די אַנטוויקלונג פֿון פֿולן קינסטלעכן אינטעלעקט קאָן מאַכן אַ סוף צום מענטשלעכן מין‟, האָט האַוקינג געזאָגט.
די פֿאַנטאַסטישע פֿיקציע האָט אונדז שוין צוגעגרייט צו באַטראַכטן אַזאַ מעגלעכקייט. פֿילמען, ווי „דער טערמינאַטאָר‟ און „דער מאַטריקס‟, ווײַזן דעם קאַמף צווישן מענטשן און שׂונאים, וואָס באַנוצן זיך מיטן קינסטלערישן אינטעלעקט.
ס׳איז דאָ אַ ריזיקער אונטערשייד צווישן די מעגלעכקייט פֿון שאַפֿן עפּעס און דעם כּוח אים צו באַהערשן. ווי ריי קורצווייל, דער דירעקטאָר פֿון אינזשעניריע בײַ דער פֿירמע „גוגל‟, האָט געזאָגט: „עס קען זײַן שווער צו שרײַבן אַן אַלגאָריטמישן מאָראַלישן קאָד, וואָס זאָל זײַן גענוג שטאַרק אײַנצוהאַלטן אַ סופּער־קלוגע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם‟. דער גרעסטער געפֿאַר פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן פּראָגרעס איז די מעגלעכקייט, אַז דאָס וואָס ס׳ווערט באַשאַפֿן, הייבט אָן לעבן פֿאַר זיך און דינט ווײַטער ניט דעם באַשאַפֿער אָדער די מענטשלעכע ווערטן.
[…]