ווען איך פֿלעג דאַווענען בײַם חב”ד, האָט דער רבֿ אַ מאָל געזאָגט, אַז פֿון יעדן מענטשן קען מען זיך עפּעס לערנען — אָן אויסנאַם. אין יעדן איינעם איז דאָ אַ פֿינקעלע, עפּעס אַ יחידישקייט, וואָס קען באַרײַכערן דאָס וויסן און דאָס לעבן פֿון די אַנדערע. מסתּמא, האָט ער טאַקע געזאָגט „פֿון יעדן ייִדן‟, ניט פֿון יעדן מענטשן סתּם, ווײַל בײַם חב”ד האָבן דאָך די גויים נאָר אַ נשמה־בהמית, קען מען זיך ניט ריכטן, אַז אַ רבֿ זייערער זאָל אַרויסקומען מיט אַזעלכע אָפּטימיסטישע רייד, ווי עס האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט.
דאָס איז מיר איצט געקומען אויפֿן זינען אין שײַכות מיט די איסלאַמיסטן־טעראָריסטן, וואָס האַלטן אין איין דערשיסן אומשולדיקע מענטשן, שוין לאַנג אין מיטעלן־מיזרח, און די לעצטע טעג ספּעציעל אויף די גאַסן פֿון פּאַריז. וואָס קענען מיר זיך לערנען פֿון די דאָזיקע מערדער און פֿאַנאַטיקער? איך האַלט ניט, אַז מע קען זיי אָפּטיילן פֿון אונדז ווי אַן אַנדער סאָרט מענטש; מיר דאַרפֿן אָנערקענען אונדזער אַלעמענס בשותּפֿותדיקע מענטשלעכקייט. די טעראָריסטן האָבן אויך משפּחה און פֿרײַנד, וואָס זיי האָבן ליב, ווי אויך אַלע אַספּעקטן פֿון דער מענטשלעכער פּערזענלעכקייט. מע קען אַפֿילו אויסרעכענען זייערע מעלות: זייער איבערגעגעבנקייט צו דער זאַך, זייער געטרײַשאַפֿט, זייער קרבנות־גרייטקייט, זייער מוטיקייט אויפֿן שלאַכטפֿעלד.
ס’איז ניט שייך אָפּצופֿרעגן זייער קוראַזש, זיי צו רופֿן „פּחדנים‟, ווי עס טוען אַ סך קאָמענטאַטאָרן. פֿאַרקערט, ווען די דאָזיקע טעראָריסטן וואָלטן געקעמפֿט לטובֿת אַנדערע אידעאַלן, למשל, אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, וואָלט מען זיי פֿאַררעכנט פֿאַר גרויסע העלדן און געמאַכט „אַקציע‟־פֿילמען, באַזירט אויף זייערע טעטיקייטן. מע קען זיי אויך ניט אָפּשטעמפּלען ווי משוגעים, זיי זײַנען געזונט און שטאַרק, בײַם קלאָרן זינען, הלוואַי אויף אונדז אַלעמען געזאָגט געוואָרן. זיי פֿירן פּשוט אויס מיט שׂכל אויף אַ לאָגישן אופֿן דאָס, וואָס ווערט געפֿאָדערט לויט זייער אינטערפּרעטאַציע פֿון דער איסלאַמישער רעליגיע. דאָס קען מען אויך פֿאַררעכענען פֿאַר אַ מעלה זייערער: אַזאַ אמונה־שלמה, אַז זיי וועלן נאָך זען זייערע 70 בתולות אויף יענער וועלט, דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט בײַ אַנדערע גלייביקע.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/184392/what-can-we-learn-from-the-islamists/#ixzz3Oqaizs7L