News From Warsaw

630 356

אינטערוויו מיט ייִדישן כּלל־טוער אַרטור האָפֿמאַן

אַרטור האָפֿמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿונעם קולטור-געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן, איז געווען צו גאַסט בײַ דער גרויסער פּוילישער צײַטונג „זשעטצפּאָספאָליטאַ‟.

„צי קענען זיך די ייִדן פֿילן הײַנט זיכער אין אייראָפּע?‟ — איז געווען די ערשטע פֿראַגע פֿון דער רעדאַקציע.

„אַבסאָלוט נישט! — האָט האָפֿמאַן געענטפֿערט — די אַנטיסעמיטישע טעראָריסטן וועלן תּמיד געפֿינען אַ תּירוץ, צו באַפֿאַלן די ייִדן. אין פֿראַנקרײַך זענען די לעצטע קרבנות פֿון טעראָר געווען פֿראַנצויזן בכלל און פֿראַנצויזישע ייִדן בפֿרט.‟

אויף דער פֿראַגע, צי די ייִדן וועלן איצט עמיגרירן פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרטור האָפֿמאַן באַטאָנט, אַז „די ייִדן אין פֿראַנקרײַך לײַדן שוין אַ לאַנגע צײַט פֿון אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן. ביז איצט האָט מען פּשוט ווייניק גערעדט וועגן דעם; אָבער די ייִדישע שולן און געשעפֿטן פֿילן דעם טעראָר שוין יאָרן לאַנג. אין פֿראַנקרײַך איז מען אין די לעצטע יאָרן באַפֿאַלן די ייִדן אויף דער גאַס נאָר ווײַל זיי האָבן געטראָגן אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ‟ — דערמאָנט האָפֿמאַן.

„און ווי האַלט דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין פּוילן?‟ — האָט די פּוילישע צײַטונג געוואָלט וויסן.

„די ייִדן אין פּוילן — זאָגט האָפֿמאַן — קענען טראָגן יאַרמלקעס אויף דער גאַס אָן מורא. אין פּוילן זעען מיר נישט קיין פֿיזישע אַטאַקעס אויף ייִדן. דער הײַנטיקער פּוילישער אַנטיסעמיטיזם איז מער אַן אינטערנעט־פֿענאָמען. איר קענט אויך זען אַנטיסעמיטן אויף די פֿוסבאַָל־סטאַדיאָנען. צום גליק, קעמפֿט די פּוילישע מאַכט קעגן די דאָזיקע דערשײַנונגען‟, — זאָגט האָפֿמאַן.

אויף דער פֿראַגע, צי ער אַליין לײַדט פֿון אַנטיסעמיטיזם, האָט אַרטור האָפֿמאַן געענטפֿערט, אַז געליטן האָט ער מער אונטער דער קאָמוניסטישער מאַכט. אין 1978 האָט מען אים פֿאַרווערט צו לערנען זיך פּּאָליטאָלאָגיע אין אוניווערסיטעט. בײַ די קאָמוניסטן איז פּאָליטאָלאָגיע געווען אָפֿן נאָר פֿאַר גויים.‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185048/news-from-warsaw/?p=all#ixzz3QoZwlQ44