איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ טשיקאַוון אַרטיקל, וואָס איז אַרויס ניט לאַנג צוריק, אין דער האַרבסט־העפֿט 2014, פֿון דעם זשורנאַל Journal of Jewish Communal Service. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, Barriers to the Integration of Russian-Speaking Jews in the United States, „מניעות פֿאַר דער אינטעגראַציע פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן” (http://onlinedigeditions.com/publication/?i=241226&p=117), איז באָריס גאָרביס. ווי מיר דערוויסן זיך פֿון אַ פֿוסנאָטע, איז ער געקומען פֿון אָדעס קיין אַמעריקע מיט אַ פֿערציק יאָר צוריק און איז אַן אַקטיווער כּלל־טוער.
די סאָוועטיש־ייִדישע אימיגראַציע אין אַמעריקע איז טאַקע בערך פֿיר צענדליק יאָר אַלט. לויט אַן אַנדער אַרטיקל אין „ניו־יאָרק טײַמס” (דעם 14טן מאַרץ 1999), זײַנען צום סוף 1975 קיין אַמעריקע געקומען אין גאַנצן זעקס טויזנט סאָוועטישע ייִדן, און אַריבער צוויי טויזנט זײַנען נאָך געזעסן אין איטאַליע, וואַרטנדיק אויף אַ דערלויבעניש מצד די אַמעריקאַנער אָנגעשטעלטע. הײַנט איז די סטאַטיסטיק גאָר אַן אַנדערע — יעדער צענטער אַמעריקאַנער ייִד איז אָדער אַליין געווען געקומען פֿון די סאָוועטישע מקומות, אָדער שטאַמט פֿון די וואָס זײַנען פֿון דאָרטן געקומען.
מע קען ניט זאָגן, אַז באָריס גאָרביס „אַנטפּלעקט אַמעריקע” אין זײַן אַנאַליז פֿון דעם מצבֿ פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. ס’איז באַוווּסט, אַז זייער אינטעגראַציע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמתן דערפֿאָלג, אויב די רייד גייט וועגן זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע און עקאָנאָמישע דערגרייכונגען. מע מוז דאָ ניט פֿאַרגעסן, אַז ביז די אָנהייב 1990ער פֿלעגן זיי פֿאַרלאָזן זייער „אַלטע היים”, בדרך־כּלל, „נאַקעט און באָרוועס” — קיין געלט, קיין באמת טײַערע זאַכן האָט מען זיי ניט דערלויבט אַרויסצופֿירן. אַזוי אַז מע פֿלעגט אָנהייבן מער אָדער ווייניקער פֿון סאַמע אָנהייב אָן.
בעת די אינטעגראַציע אין דעם אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער לעבן איז דורכגעגאַנגען שווער, אָבער הצלחהדיק, האָט אַן אַנדער פּנים די אינטעגראַציע אין דעם ייִדישן לעבן. באָריס גאַרביס ווײַזט אָן ריכטיק, אַז די וועלט זעט אויס אַנדערש אין די אויגן פֿון די „אַלט־געזעסענע” אַמעריקאַנער ייִדן און די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. באַזונדערס שווער קומט אָן די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן צו פֿאַרשטיין די „לינקע” אַמעריקאַנער. שאַרף שיידט זיך אונטער די באַציִונג צו די ייִדישע מינהגים. אמת, דערמאָנט דער מחבר, אַז אַזש 61 פּראָצענט רוסיש־רעדנדיקע ייִדן פֿאַסטן אום יום־כּיפּור, בעת דער חלק פֿון די פֿאַסטנדיקע צווישן די “אַמעריקאַנער” ייִדן איז נידעריקער — 59 פּראָצענט. ער שווײַגט, אָבער, וועגן דעם, אָז אַ היפּשער טייל פֿון די פֿאַסטנדיקע רוסיש־רעדנדיקע כאַפּן זיך צו צו חזיר און אַנדערע טריפֿע מאכלים גלײַך נאָכן זונפֿאַרגאַנג.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185351/soviet-jews-remain-apart/#ixzz3RenGXjQF