Meet Ruth Porat, Google’s New CFO

635 357

ווען רות פּורת האָט פֿאַרלאָזט איר פּאָזיציע ווי די פֿאַרוואַלטערין פֿון פֿינאַנציעלע ענינים בײַ דער גרויסער פֿינאַנץ־פֿירמע „מאָרגאַן סטענלי‟ און האָט פֿאַרנומען די זעלבע פּאָזיציע אין דער קאָמפּיוטער־פֿירמע „גוגל‟, האָט די אַמעריקאַנער געשעפֿט־וועלט באַלד באַמערקט, אַז דאָס איז אַ סימן פֿונעם ווײַטערדיקן אַריבערגאַנג פֿון די קאַפּיטאַל־כּוחות פֿון „וואָל־סטריט‟ אינעם „סיליקאָן־טאָל‟. איינע פֿון די באַקאַנטסטע געשעפֿטס־פֿרויען האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין די קאַליפֿאָרניער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס שטעקט אַ גרעסערער פּאָטענציאַל, ווי אין די פֿינאַנץ־אָפּעראַציעס אויף דער בערזע.

פּורת וועט אָנהייבן אַרבעטן בײַ דער ריזיקער קאָמפּיוטער זוך־פֿירמע, אָנהייבנדיק פֿונעם 26סטן מײַ. פֿאַר איר פּערזענלעך מיינט עס אויך, אַז זי קערט זיך אום אַהיים, קיין קאַליפֿאָרניע.

דן פּורת, דער טאַטע פֿון דער נײַער פֿינאַנץ־פֿאַרוואַלטערין פֿונעם „גוגל‟, איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1922, אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. שפּעטער האָט ער געוווינט מיט זײַן משפּחה אין אַ קליין קאַרפּאַטיש שטעטל, און דערנאָך זיך באַזעצט נאָך ווײַטער אויף מערבֿ — אין ווין. ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט אין עסטרײַך, אינעם יאָר 1938, איז דן פּורת געגאַנגען, ווי ער דערמאָנט זיך אין זײַנע זכרונות, צו זען הילטערס טריִומפֿאַלן אַרײַנפֿאָר אין דער עסטרײַכער הויפּטשטאָט.

אַ דאַנק זײַנע גוטע קענטענישן פֿון העברעיִש, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין פּאַלעסטינע, וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ קיבוץ. זײַן גאַנצע משפּחה איז אָבער געבליבן אין אייראָפּע און אומגעקומען בעת דעם חורבן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/186483/meet-ruth-porat-google-s-new-cfo/#ixzz3VWqLLzys