אין שײַכות מיטן 50־יאָריקן יוביליי פֿון „היכל הספֿר‟, דער אָפּטייל פֿונעם ירושלימער „ישׂראל־מוזיי‟, וווּ עס ליגן די אוראַלטע מגילות פֿון ים־המלח, האָט זיך דאָרטן געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿונעם קלענסטן תּנ״ך אין דער וועלט.
הגם דער עקספּאָנאַט, געשאַפֿן דורך די וויסנשאַפֿטלער פֿונעם חיפֿהער „טכניון‟־אוניווערסיטעט, שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם גאַנצן טעקסט פֿונעם תּנ״ך, באַטרעפֿט זײַן שטח בלויז אַ האַלב קוואַדראַט־מילימעטער. די גאַנצע תּורה־שבכּתבֿ איז פֿאַרשריבן געוואָרן אויף אַ פּיצל־קליינעם שטיקל סיליקאָן, וואָס אָן אַ פֿאַרגרעסערונג־גלאָז איז שווער בכלל צו באַמערקן. די שאַפֿער באַטאָנט, אַז ס׳איז אַזוי קליין, ווי אַ קרישעלע צוקער.
אַזעלכע מיקראָסקאָפּישע אויסגאַבעס פֿונעם תּנ״ך האָט דער „טכניון‟ אָנגעהויבן צו פּראָדוצירן אינעם יאָר 2009. איינעם פֿון די ערשטע עקזעמפּלאַרן האָט באַקומען דער פּויפּסט בענעדיקט דער 16טער, בעת זײַן נסיעה קיין ישׂראל.
אורי סיוון און אוהד זוהר, די דערפֿינדער פֿונעם פּיצל־קליינעם „נאַנאָ־תּנ״ך‟, וואָס אַרבעטן אינעם אינסטיטוט פֿון נאַנאָ־טעכנאָלאָגיעס אויפֿן נאָמען פֿון ראַסעל בערי בײַם „טכניון‟, האָבן דערקלערט, אַז די אותיות פֿונעם תּנ״כישן טעקסט זענען בעצם אויסגעקריצט אויף אַ סיליקאָן־קריסטאַל.
כּדי צו שאַפֿן אַזאַ מיקראָסקאָפּישן תּנ״ך, באַדעקט מען קודם אַ „וואַפֿליע‟ פֿון סיליקאָן מיט אַ זייער דינעם שיכט גאָלד, ווייניקער ווי 100 אַטאָמען. דערנאָך, מיט דער הילף פֿון אַ פֿאָקוסירטן יאָן־לאַזער, קריצט מען אויס די אותיות אויף דער באַגילדטער אויבערפֿלאַך.
[…]