ס׳איז מיר תּמיד געווען אַ חידוש, וואָס בײַ כּמעט אַלע ייִדישע זינגלידער, אין וועלכן מיר קענען דעם מחבר, איז עס אַ מאַן: מרדכי געבירטיג, י. ל. פּרץ, מאָריס ראָזענפֿעלד, דוד עדלשטאַדט, און נאָך און נאָך. ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז אויך פֿרויען האָבן געשאַפֿן לידער (בפֿרט וויגלידער און ליבע־לידער). אפֿשר ווען מע וואָלט זיי געמוטיקט מפֿרסם צו זײַן די שאַפֿונגען מיטן אייגענעם נאָמען, וואָלטן מיר הײַנט געקענט סײַ די לידער, סײַ די מחברטעס. אַנשטאָט דעם זענען די לידער פֿאַרבליבן באַקאַנט אַ קליינעם קרײַז מענטשן, וואָס מע האָט זיי איבערגעגעבן בעל־פּה, ביז זיי זענען באַקאַנט געוואָרן ווי סתּם פֿאָלקסלידער, דאָס הייסט: „מחבר — אומבאַקאַנט‟.
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ע״ה, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, איז, אַוודאי, געווען אַ יוצא־מן־הכּלל. נאָך דעם ווי זי האָט געשאַפֿן דעם טעקסט און מעלאָדיע פֿון אַ צאָל לידער, האָבן איר ברודער (מײַן טאַטע), ד״ר מרדכי שעכטער, און איר זון, איציק גאָטעסמאַן, זי געמוטיקט אַרויסצולאָזן קאָמפּאַקטלעך, וווּ זי שטעלט אַליין פֿאָר די לידער, אָן באַגלייטונג, אויפֿן פֿאָלקישן שטייגער. אירע שאַפֿונגען זענען געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז די גאַנצע קלעזמער־וועלט האָט זיי אויפֿגעכאַפּט, שפּילט זיי ווײַטער אויף מוזיק־פֿעסטיוואַלן, און רעקאָרדירן זיי אויף זייערע אייגענע קאָמפּאַקטלעך.
איצט איז געקומען די צײַט מפֿרסם צו זײַן אַ לידער־שרײַבערין פֿונעם ייִנגערן דור: שפֿרה לאָווען, וואָס בײַ די חסידישע פֿרויען און מיידלעך זענען אירע לידער שוין יאָרן לאַנג באַליבט, אָבער אין דער נישט־חסידישער וועלט איז זי כּמעט אומבאַקאַנט. אין פֿאַרגלײַך מיט ביילען, האָט זי אָבער געשאַפֿן בלויז די ווערטער, נישט די מוזיק. „כ׳בין נישט מוזיקאַליש,‟ האָט זי געזאָגט מיט אַ שמייכל. זי פּאַסט צו די ווערטער צו אַלטע ניגונים פֿון די ראַדאָמסקער און אַנדערע חסידישע גרופּעס.
לאָווען איז דערצויגן געוואָרן בײַ די טאָשער חסידים לעבן מאָנטרעאָל, און כאָטש זי האָט זינט דעמאָלט פֿאַרלאָזט די קהילה, און וווינט הײַנט מיט איר מאַן, יוחנן, און פֿיר קינדער מחוץ דער חסידישער געגנט, זינגען די חסידישע מיידלעך און פֿרויען עד־היום אירע לידער (נישט בלויז אין מאָנטרעאָל, נאָר אויך אין ניו־יאָרק, ירושלים, לאָנדאָן, מאַנטשעסטער, און אַנדערע שטעט איבער דער וועלט), כאָטש איר נאָמען דערמאָנט מען בכלל נישט.
לויט דער וויקיפּעדיע, האָט לאָווען אָנגעשריבן 28 לידער, אָבער אין דער אמתן האָט זי אָנגעשריבן אַ סך מער, האָט זי געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. רובֿ לידער האָט זי געשאַפֿן צו באַגלייטן אַ פּיעסע אויפֿגעפֿירט אין דער מיטלשול, אָדער לכּבֿוד אַ טיי־אָוונט [אַ בענעפֿיט, אין וועלכן פֿרויען קומען זיך צונויף אויף וועטשערע, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר אַ געוויסער צדקה].