די לוקסענבורגער רעגירונג האָט געבעטן מחילה פֿאַר דער ראָלע, וואָס זי האָט געשפּילט אין די רדיפֿות אויף ייִדן, ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט דאָס לאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון לוקסעמבורג, קסאַוויע בעטעל, האָט אונטערגעחתמעט אַ דעקלאַראַציע, לויט וועלכער דער פּאַרלאַמענט פֿון זײַן לאַנד „בעט מחילה בײַ דער ייִדישער קהילה פֿאַר די צרות און אומיושר‟.
60 דעפּוטאַטן פֿון דעם לוקסעמבורגער פּאַרלאַמענט האָבן אונטערגעשריבן די רעזאָלוציע. דער דאָקומענט אָנערקערט אויך דאָס אַחריות, וואָס געוויסע פּאָטיליקער פֿון זייער לאַנד האָבן געטראָגן פֿאַר די „שוידערלעכע געשעענישן‟, וואָס זענען געשען מיט די ייִדן בשעת דער נאַצי-תּקופֿה.
פֿאַר דער מלחמה, האָט די ייִדישע קהילה אין לוקסעמבורג באַטראָפֿן בערך 3,700 נפֿשות. מער ווי 1,200 אָרטיקע ייִדן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן, אין די טויט־לאַגערן, וווּ די נאַציס האָבן זיי פֿאַרטיליקט אינעם פּעריאָד פֿון 1940 ביז 1944. אין אָקטאָבער 1941, האָט נאַצי-דײַטשלאַנד דערקלערט, אַז לוקסעמבורג איז „אויסגערייניקט‟ געוואָרן פֿון די ייִדן.
[…]