Egyptian TV Series Portrays Jews in Positive Light

630 326

די וואָך האָט זיך אָנגעהויבן דער ראַמאַדאַן — אַ צײַט, ווען די אַראַבער איבער דער וועלט פֿאַסטן יעדן טאָג, און פֿאַסטן אָפּ יעדן אָוונט. דערבײַ קוקן זיי אַ סך טעלעוויזיע.

געוויינטלעך, ווען אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם דערמאָנט ייִדן, איז עס פֿאַרבונדן מיט אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן. רעפּליקן וועגן בלוט־בילבולים און „די פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟ האָבן נישט איין מאָל אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד ישׂראל, ייִדן איבער דער וועלט, און אַפֿילו דעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט.

דאָס יאָר איז אָבער אַנדערש. אַ נײַע ראַמאַדאַן־סעריע, „דער ייִדישער קוואַרטאַל‟, דערציילט וועגן אַ מוסולמענער, וואָס פֿאַרליבט זיך אין אַ ייִדישער פֿרוי אין קאַיִר אין די 1950ער יאָרן — און ווי עס זעט אויס, שילדערט עס די אָרטיקע ייִדן אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן. אַפֿילו עטלעכע ישׂראלדיקע נײַעס־מאָדעראַטאָרן האָבן באַצייכנט די פּראָגראַם ווי אַ פֿרישן אויסנאַם אַנטקעגן די געוויינטלעכע אַנטיסעמיטישע שאַבלאָנען.

די דראַמע איז אַ ביסל מער קאָמפּליצירט ווי אַ געוויינטלעכער ליבע־ראָמאַן. עס קומט פֿאָר צווישן דער רעוואָלוציע פֿון 1952 און דעם סועץ־קריזיס אין 1956 — אַ צײַט פֿון פֿאַרברענטן עגיפּטישן נאַציאָנאַליזם און כּעס וועגן דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. ס׳איז אָבער אויך געווען אַ תּקופֿה, ווען די מוסולמענער, קריסטן און ייִדן אין קאַיִר האָבן געלעבט בשלום. „דעמאָלט, ווען ס׳איז אין לאַנד געווען אַזאַ קאָ־עקזיסטענץ, איז עגיפּטן געווען אין זייער אַ גוטן מצבֿ,‟ האָט דער שרײַבער פֿון דער פּראָגראַם, מאַדכאַט אַל־אַדל, געזאָגט דער עגיפּטישער פּרעסע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188846/egyptian-tv-series-portrays-jews-in-positive-light/#ixzz3eg2z2wg8