אין דער ערשטער סצענע פֿונעם קורצן פֿילם, „אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט דער ים?‟, וואָס איז די וואָך אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף „יו־טוב‟, באַווײַזן זיך איבער אַ קאַראַוואַן פֿון קעמלען די ווערטער פֿון יהואשס באַרימטער איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך: „וואָרעם ה׳ דײַן גאָט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד… אַ לאַנד פֿון ווייץ און גערשט, און ווײַנשטאָקן, און פֿײַגן, און מילגרוימען…‟
דאָס פּאָעטישע, פֿאַרצײַטיקע לשון פֿון יהואשס ווערק איז גוט באַקאַנט די דורות ייִדן, וואָס האָבן בײַ זיך אין דער היים געהאַט זײַן איבערזעצונג אין צוויי בענד, און האָבן אַזוי אָפֿט אַרײַנגעקוקט אין איר, אַז מע האָט עס אָפֿט מאָל פּשוט אָנגערופֿן „דער יהואש‟.
דער פֿילם באַשרײַבט די איבערלעבונג פֿונעם שרײַבער (זײַן אמתער נאָמען — שלמה בלומגאַרטען) ווען ער האָט, נאָכן אָנשטעקן זיך מיט טובערקולאָז, זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אין 1914 צוליב דעם געזינטערן קלימאַט.
דאָס איז אָבער נישט קיין היסטאָרישער דאָקומענטאַר־פֿילם; ס׳איז אַ קינסטלערישע, און אַפֿילו איראָנישע אויסטײַטשונג פֿון יהואשס צוזאַמענשטויס מיט די שׂונאים פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וואָס ער האָט דאָרט אַנטדעקט.
דעם סצענאַר פֿונעם פֿילם האָט אָנגעשריבן יעד בירן [יאַאַד ביראַן] און רעזשיסירט האָט עס ערן (עראַן) טאָרבינער. דער ייִדישער קולטור־טוער און זינגער, מענדי כּהנא, שפּילט די הויפּט־ראָלע. דער פֿילם איז סובסידירט געוואָרן פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟ און „בית שלום־עליכם‟.
דער פֿילם איז באַזירט אויף יהואשס רײַזע־בוך, „פֿון ניו־יאָרק ביז רחובֿות און צוריק‟, אָבער וועבט אויך אַרײַן מענטשן און סצענעס פֿון דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, שאַפֿנדיק דערבײַ אַ סוררעאַליסטישן פּאַראַלעל, און דערבײַ אויך — קען מען זאָגן — אַ קאָמענטאַר אויף דעם הײַנטיקן ישׂראל. למשל, ווען מענדי שעפּשעט צום צוקוקער, אַז „ייִדיש איז דאָ טריף ווי חזיר; רעדן ייִדיש אויף דער גאַס פֿאַרמאָגט אַ געוואַלדיקן מוט,‟ ווייסן מיר, אַז ער ציטירט טאַקע יהואשס ווערטער, אָבער גלײַכצײַטיק דאַכט זיך אונדז, אַז דאָס רעדט מענדי אַליין; נישט דווקא, אַז ייִדיש איז הײַנט דיסקרימינירט אין ישׂראל אַזוי ווי אַמאָל, נאָר אַז אַפֿילו בלויז דאָס פּרוּוון אײַנגלידערן די ייִדישע שפּראַך אין דער ישׂראלדיקער אידענטיטעט איז עד־היום אַ קאָמפּליצירטע אַרבעט.
[…]