A Prayer With a Twist

590 406

די ימים־נראָימדיקע תּפֿילות זענען געװאָרן אַ יסוד פֿון אַ גרױסער צאָל פּאָפּולערע װערטלעך, גלײַכװערטלעך, חכמות און רעדנסאַרטן. דאָס פֿאָלק זאָגט, אַז בײַ אַ װערטל איז מען ניט מבֿחין צװישן הײליק און װאָכעדיק, אָבער עס איז אינטערעסאַנט צו זען, אַז כּמעט אַלע װערטלעך, װעלכע האָבן אין זײער יסוד די ימים־נוראָימדיקע תּפֿילות, טראָגן אַ לײַכט־קאָמישן, פֿאָלקסטימלעך־קבצנישן כאַראַקטער.

די ערשטע תּפֿילות, װי באַװוּסט, הײסן „פּתיחה‟, עפֿענונג, און מע רעדט עס אַרױס װי „פּסיכע‟; װי מאָדנע זאָל עס ניט קלינגען, נאָר אין כּלל־ייִדיש מיינט די דאָזיקע „פּסיכע‟ אַ לאָך אין שטיװל — „פּתיחה בײַ די שטיװל‟. װי מע זאָגט — נײַע צײַטן, נײַע לײַטן. די הײַנטיקע חכמה־טרײַבער דריקן זיך אױס אױף אַ מאָדערנעם אופֿן: „אַז מע הײבט אָן מיט ׳פּסיכע׳, פֿאַרענדיקט מען מיט משוגעים־הױז‟.

בעתן ראָש־השנהדיקן און יום־כּיפּורדיקן שחרית, בײַם סאַמע אָנהײב, ציט דער בעל־תּפֿילה זײער לאַנג דאָס װאָרט „המלך‟. דעריבער, אַז מע גיט עמעצן אָפּ אַ גאָר ברײטן „ברוך־הבא‟, זאָגט מען אין אַ שפּאַס: „מע האָט אים געמאַכט אַ ברײטן ‘המלך׳‟.

פֿון אַ שטיקל פּיוט „אַדירי איומה‟, די שרעקלעך מעכטיקע, װאָס קלינגט װי „אַדירע יומע‟, האָט מען געמאַכט אַ פֿאַרצױגענעם שפּאַס, און אױף אַ געמײנע װױנונג, אַ דירה, זאָגט מען — אַ דירה איומה, אַ שרעקלעכע דירה. און פֿאַרקערט, אױף אַ שײנער דירה זאָגט מען — אַ דירה־מלוכה.

די תּפֿילה „וּנתנה תּקף קדושת היום‟ — מיר װעלן מעלדן װעגן הײליקײט פֿון דעם־אָ טאָג, איז פֿול מיט דער פֿײַערלעכער יום־טובֿדיקער שטימונג. זײער פּאָפּולער איז געװען אַן אױסדרוק, קענסט מיך לאָדן צום „וּנתנה תּקף‟, און דער מײן פֿונעם רעדנסאַרט איז: דו קענסט מיך שרעקן און דראָען מיט ‘אימת יום־הדין’, אָבער ניט מיט קײן פֿיזישער מאַכט. אױף אַ מענטשן, װאָס האָט גרױסע אױגן, און עס אַרט אים ניט, אַז ער האָט גאָרניט, נאָר עס אַרט אים זײער, אַז יענער האָט יאָ, זאָגט מען אױף אַזאַ אײנעם, אַז „ער װײנט ניט אױפֿן ‘מי ימות’, נאָר אױפֿן ‘מי יחיה’‟.

אַז אײנער זאָגט נאָך דעם צװײטן און אַלײן װײסט ניט, װאָס דאָס מײנט, זאָגט מען: ער טוט װי די װײַבער. אױך דאָס װערטל האָט שײַכות צו די ימים־נראָים. די װײַבער, װעלכע קענען אַלײן ניט דאַװנען אין סידור, גרופּירן זיך אַרום אַ „זאָגערין‟ אָדער אַ „זאָגערקע‟ און זאָגן איר נאָך װאָרט בײַ װאָרט. און אָט אַזױ קלינגט אַ תּפֿילה פֿון „וּנתנה תּקף‟ אין אַ װײַבערישער אינטערפּרעטאַציע:

„׳ויכון׳, עס זאָל װערן אָנגעברײט, ‘בחסד’, מיט גנאָד, ‘כּסאך’, דײַן טראָן‟…

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/190925/#ixzz3lNGWUn6r