Jewish Music for the New Year

627 362

צום סוף — אַ רעקאָרדירונג, וואָס שטעלט אפֿשר פֿאָר מיט זיך דעם היפּוך פֿון „דבֿקות‟. די קלאַסיש־אויסגעשולטע פּיאַניסטקע אַלאַ מילשטיין האָט אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל Musical Journeys Through the Jewish Diaspora [מוזיקאַלישע נסיעות דורך דעם ייִדישן גלות], אויף וועלכן זי הייבט אַרויס די שאַפֿונגען פֿון מער אָדער ווייניקער באַקאַנטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן איבער דער וועלט, צווישן זיי: איגאָר שאַמאָ פֿון אוקראַיִנע, אַלכּסנדר טאַנצמאַן פֿון פּוילן, מאַריאָ קאַסטעלנואָוואָ־טעדעסקאָ פֿון איטאַליע, לעאָפּאַלד גאָדאָווסקי פֿון דער ליטע, לעאָ אָרנשטיין — אַ געבוירענער אין רוסלאַנד און שפּעטער — אַן אַמעריקאַנער. מיט דער רעקאָרדירונג האָט מילשטיין טאַקע געטאָן אַ מיצווה, און איר שפּילן איז דורכויס אויף אַ הויכער מדרגה.

זיכער וועט כאָטש איינע פֿון די פֿיר פֿאַרשיידנאַרטיקע רעקאָרדירונגען געפֿינען חן אין דעם לייענערס אויגן און אויערן. אַ גוט־יאָר!

צו הערן די גרופּע „אוי דיוויזשאָן‟ גיט אַ קוועטש אויף דער וועבזײַט:

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190961/jewish-music-for-the-new-year/?p=all#ixzz3mab605Bg