פֿון איציק גאָטעסמאַן, דער געוועזענער געהילף־רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אויף ביינברידזש־עוועניו אין די בראָנקס, האָב איך אָפֿט געהערט זאָגן: „די בראָנקס וועט קיין מאָל ניט זײַן ‘היפּ’‟. די יונגע „היפּסטערס‟ און „יאָפּיס‟, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ברוקלין און מאַנהעטן און האָבן דערמיט געהעכערט די פּרײַזן, אַפֿילו אין די גאָר שלעכטע געגנטן, וווּ מ’איז ניט זיכער מיטן לעבן — זיי וועלן קיין מאָל ניט אַרײַנשטעלן אַ פֿוס אין די בראָנקס. ניט ווײַל ס׳איז געפֿערלעך, נאָר ווײַל ס׳איז פּשוט ניט אין דער מאָדע.
די מאָדע איז אָבער לײַכטזיניק און ניט־אויסגעהאַלטן: איצט איז זי דאָ, אָט באַלד איז זי ערגעץ אַנדערש. די הײַנטיקע „היפּסטערס‟ און די „יאָפּיס‟ זענען די בורזשואַזיע און „אָלרײַטניקעס‟ פֿון מאָרגן. ווער ווייסט, אפֿשר וועלן זיי באַשליסן, אַז די בראָנקס איז יאָ „היפּ‟?
צום טייל, פֿאַרשטיי איך איציקס פּערספּעקטיוו, ווײַל איך וווין שוין איבער אַ יאָר אין זײַן הויז אויף ביינברידזש־עוועניו. ס׳איז אַ שיינע גאַס מיט ציכטיקע הײַזער, וואָס געהערן צום דערבײַיִקן „מאָנטעפֿיאָרע‟־שפּיטאָל. אַריבער דער גאַס איז דער „שלום־עליכם‟־צענטער און אַ ביסל ווײַטער שטייט אַ שיל — צוויי בנינים, וואָס דערמאָנען די אַמאָליקע צײַטן, ווען ייִדן האָבן דאָרט געוווינט. אויב מע געפֿינט הײַנט ייִדן אין דער געגנט, איז עס צוליב צוויי סיבות: אָדער זיי וווינען אין איציקס הויז, אָדער זיי אַרבעטן אין שפּיטאָל ווי דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער.
מיר געפֿעלט אונדזער געגנט. די שכנים זײַנען וואַרעמע, היימישע מענטשן. קיינער טשעפּעט אונדז ניט. לויט דער פּאָליציי־סטאַטיסטיק איז בײַ אונדז זיכערער ווי אין די טיילן פֿון מאַנהעטן און ברוקלין, וואָס זײַנען אַ סך טײַערער. מיר האָבן אַ נישקשהדיקן מעקסיקאַנער רעסטאָראַן, גוטע פּיצע, און אויך בענגאַלישע מאכלים. וואָס נאָך דאַרף אַ ייִד?
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/191334/the-bronx-is-the-future/#ixzz3nRCDWby3