The Forgotten Lands of Bashan

630 326

וואָס ווייסט אַ הײַנטצײַטיקער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר וועגן בשן? גאָר ווייניק. אפֿשר געדענקט ער וועגן „פּרות הבשן”, די בשנער קי, וואָס ווערן דערמאָנט בײַם נבֿיא עמוס. אָבער וווּ איז דאָס בכלל, בשן? בשן איז אַ טייל פֿון היסטאָרישן ארץ־ישׂראל, פּונקט אַזאַ טײל ווי, למשל, יהודה, שומרון אָדער גליל, אָבער געאָגראַפֿיש איז ער אויפֿן מיזרחדיקן ברעג פֿונעם טײַך ירדן. בשן איז דער צפֿונדיקער טייל פֿונעם עבֿר־הירדן. זײַן דרומדיקע גרענעץ איז דער טײַך ירמוך, וואָס פֿליסט אַרײַן אינעם ירדן דרום צו פֿון כּנרת. דער מערבֿ־ראַנד פֿונעם בשן איז דאָס גולן־הויכלאַנד, וואָס זינט 1967 געפֿינט זיך אין באַשטאַנד פֿון מדינת־ישׂראל. די הויפּט־טייל פֿונעם בשן געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג אין באַשטאַנד פֿון סיריע.

אינעם ווײַטן היסטאָרישן עבֿר איז בשן געווען באַפֿעלקערט מיט ייִדן. מע זאָגט דאָך אין די שילן יעדן שבת דעם פּרק קל״ו פֿון די תּהילים, וווּ עס שטיין צווישן אַנדערס געשריבן, אַז רבונו־של־עולם האָט דערשלאָגן גרויסע און מעכטיקע מלכים — „סיחון מלך האמורי” און אויך „עוג מלך הבשן”. און ווײַטער שטײט — „נתן ארצם בנחלה לישׂראל עבֿדו”, איבערגעגעבן זייער לאַנד אין רשות פֿון ישׂראל, דעם קנעכט זײַנעם. בשן איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער נחלה פֿונעם שבֿט מנשה. דורות לאַנג האָבן ייִדן געלעבט אין בשן און אָט דער־אָ ראַיאָן איז געווען אַ טייל פֿונעם ייִדישן לאַנד. דער לעצטער ייִדישער הערשער פֿון דעם קאַנט איז געווען דער מלך אַגריפּס דער צווייטער, אַן אוראייניקל פֿונעם מלך הורדוס.

אַגריפּס דער צווייטער איז געשטאָרבן אינעם 92סטן אָדער 96סטן יאָר לויט דער קריסטלעכער צײַטרעכענונג. נאָך דעם האָבן די רוימער ענדגילטיק אָפּגעשאַפֿן ממלכת־יהודה; אָבער אויך נאָך דעם האָבן ייִדן במשך פֿון יאָרהונדערטער באַפֿעלקערט דעם ראַיאָן בשן. וועגן דעם זאָגן עדות חורבֿות פֿון פֿילצאָליקע אוראַלטע שולן, וואָס יעדער באַזוכער קען איצט גאַנץ אײנפֿאַך זען אין גולן־הויכלאַנד. אָבער אינעם 10טן יאָרהונדערט זײַנען די אוראַלטע ייִדישע ייִשובֿים פֿונעם בשן נעלם געוואָרן צוליב אינװאַזיע מצד די אַראַבישע נאָמאַדן.

אײניקע פּרוּוון צו באַנײַען דעם ייִדישן ייִשובֿ אינעם בשן זײַנען אונטערגענומען געוואָרן סוף 19טן יאָרהונדערט. אין 1886 האָט אַ גרופּע ייִדן פֿון צפֿת זיך באַזעצט אין גולן־הויכלאַנד. שפּעטער זײַנען געקומען נײַע עולים פֿון רוסלאַנד, רומעניע, בולגאַריע און פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. חיבת־ציון־גרופּעס פֿון אָט די לענדער האָבן צונויפֿגעקליבן געלט, כּדי צו קויפֿן ערד אין בשן בײַ די אָרטיקע מוסולמענער. דער באַראָן ראָטשילד האָט שפּעטער אויסגעקויפֿט די דאָזיקע שטחים, כּדי צו העלפֿן די נײַע ייִשובֿניקעס. צו אַנטוויקלען די ייִדישע איבערוואַנדערונג קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געשאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען פּיק״אַ (Palestine Jewish Colonization Association). זײַנע באַאַמטע האָבן געעפֿנט אַ קאָנטאָר פֿון פּיק״אַ אינעם ייִשובֿ דזשילין אינעם בשן. אָבער די טערקישע הערשער האָבן זיך קעגנגעשטעלט דער אַנטוויקלונג פֿון די ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אינעם בשן. אונטער זייער דראַנג אין סאַמע אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאַרלאָזט געוואָרן כּמעט אַלע נײַע ייִדישע ייִשובֿים אין אָט דעם ראַיאָן. די באַאַמטע פֿון פּיק״אַ זײַנען געבליבן אין דזשילין ביזן אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען זיי זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן דורך די טערקן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192058/the-forgotten-lands-of-bashan/#ixzz3qN3EsLEb