ניט לאַנג צוריק האָט אונדזער צײַטונג דערציילט דעם לייענער, אַז אין דעם אַפּריל־נומער פֿונעם פּעטערבורגער זשורנאַל „דער עם־הספֿר אין דער וועלט פֿון ביכער‟, וואָס גייט אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל, האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון חיים זשיטלאָווסקין. איך האָב ניט געהערט (אפֿשר דורכגעלאָזט?), מע זאָל דעם דאָזיקן יוביליי אָפּמערקן אין אַמעריקע. און דאָס איז באמת מאָדנע, ווײַל דווקא אין אַמעריקע האָט זשיטלאָווסקי פֿאַרבראַכט דעם גרעסטן טייל פֿון זײַן לעבן; דאָ האָט ער געהאַט, גלייב איך, די גרעסטע צאָל חסידים זײַנע.
אין 2004 האָב איך געבעטן איטשען (ער איז דעמאָלט געוואָרן 100 יאָר אַלט) ער זאָל מיר אָנרופֿן דעם מענטש, צו וועלכן ער האָט געפֿילט דעם גרעסטן דרך־ארץ. דער ענטפֿער איז געווען: חיים זשיטלאָווסקי. איך האָב געפּרוּווט אים אָנרופֿן אַנדערע נעמען, אויך גענוג „גרויסע‟, אָבער איטשע האָט זיך פֿעסט געהאַלט — זשיטלאָווסקי, און שוין. דאָס זעלבע האָב איך אויך געהערט בײַ אַנדערע לײַט. אַזוי צי אַזוי, אָבער נאָך איטשע גאָלדבערגס טויט אין 2006 זעט מען ניט קיין מענטש, וואָס זאָל זיך אַרומטראָגן מיטן נאָמען פֿון חיים זשיטלאָווסקין, כאָטש אין די אַקאַדעמישע קרײַזן האָט מען וועגן אים ניט פֿאַרגעסן.
אַ סבֿרא, אַז דער „גורו‟ פֿון ייִדישיסטן איז געווען אַ כאַריזמאַטישע פֿיגור. דערצו האָט זשיטלאָווסקי געהאַט דעם שם צו זײַן „דער ערשטער‟. ער האָט דער ערשטער צונויפֿגעפּאָרט סאָציאַליזם מיטן ייִדישן נאַציאָנאַליזם. ער איז, אַ פּנים, געווען דער ערשטער אין דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה, וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָר־טיטל — אַ ריכטיקן, פֿון פֿילאָסאָפֿיע, מיט אַ דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין דער שווייץ. ס’איז קלאָר, אַז אָן אים וואָלט די ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין יאָר 1908 זיך ניט צונויפֿגעקליבן אין טשערנאָוויץ. און אַ סך אַנדערע פּלענער וואָלטן פּשוט ניט מקוים געוואָרן אָן דעם דאָזיקן טאַלאַנטירטן און טעטיקן מענטש.
[…]