Djudeo-Spanish Accepted Into Spanish Royal Academy

299 188

די מלוכישע אַקאַדעמיע פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך „לאַ רעאַל־אַקאַדעמיאַ עספּאַניאָלאַ‟ האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי וועט אַרײַננעמען 8 עקספּערטן פֿון דזשודעזמאָ און אויפֿשטעלן פֿאַר זיי אַ ספּעציעלע פֿאָרש־סעקציע. די אַקאַדעמיע, וואָס פֿאָרשט אויס די שפּאַנישע שפּראַך אונטער דער השגחה פֿונעם שפּאַנישן קעניג פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן פּרעסטיזש ניט בלויז צווישן שרײַבער און געלערנטע, נאָר אויך צווישן די שפּאַניש־רעדנדיקע מאַסן. די יערלעכע וואַלן צו באַשטימען די מיטגלידער פֿון דער אַקאַדעמיעס הויפּט־ראָט ווערן שטענדיק ברייט אַרומגערעדט אין דער שפּאַנישער פּרעסע; דערפֿאַר איז עס ניט קיין חידוש, וואָס מע האָט די ידיעה וועגן דזשודעזמאָ אויך פֿיל באַשריבן אין די שפּאַנישע צײַטונגען.

אין אַן אינטערוויו מיט דער שפּאַנישער צײַטונג „על מונדאָ‟ האָט דאַריאָ ווילאַנועוואַ, דער דירעקטאָר פֿון דער „רעאַל־אַקאַדעמיאַ‟ דערקלערט, אַז ער האַלט, אַז ס׳איז גאַנץ וויכטיק, מע זאָל אַרײַננעמען זשודעזמאָ אין דער אַקאַדעמיע. ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז „די 8 מומחים, וואָס מיר האָבן אויסגעקליבן, זענען ווײַט ניט געווען קיין צופֿעליקע. מיר האָבן געפֿאָרשט העכער דרײַ יאָר אין די ספֿרדישע קהילות איבער דער וועלט, כּדי אויסצוגעפֿינען די גרעסטע עקספּערטן פֿון דער דאָזיקער שפּראַך‟.

ווילאַנועוואַ האָט ווײַטער דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט „על מונדאָ‟, אַז זשודעזמאָ איז וויכטיק פֿאַר דער אַקאַדעמיע ניט בלויז צוליב איר קולטורעלער געשיכטע, נאָר אויך צוליב דעם, וואָס זי לערנט וועגן דער לינגוויסטישער געשיכטע פֿון שפּאַניש. די שפּראַך היט אָפּ געוויסע אַלטע קלאַנגען פֿון שפּאַניש, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער שפּאַנישער שפּראַך גופֿא אינעם 16טן יאָרהונדערט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192683/ladino-accepted-into-spanish-royal-academy/#ixzz3sSdloUXk