דירה-געלט
קומט אַרײן דער סטרוזש
נעמט ער אַראָפּ דאָס היטל
און אַז מען צאָלט קיין דירה-געלט
הענגט ער אויף אַ קוויטל
דירה-געלט און אוי אוי אוי
דירה-געלט און באָזשע מאָי
דירה-געלט און גראַדאָוואָוי
דירה-געלט מוז מען צאָלן
קומט אַרײן דער באַלעבאָס
מיט דעם גראָבן שטעקן
און אַז מען גיט נישט קיין דירה-געלט
שטעלט ער אַרויס די בעטן
דירה-געלט
פֿאַרוואָס זאָל איך אײך געבן דירה-געלט
אַז די קיך איז צעבראָכן
פֿאַרוואָס זאָל איך אײך געבן דירה-געלט
אַז איך האָב נישט אויף וואָס צו קאָכן
דירה-געלט
Dire-gelt
Dire-gelt un oy oy oy
Dire-gelt un boshe moy
Dire-gelt un gradewoy
Dire-gelt mus men tsoln
Kumt arayn der strush, nemt er arop dos hitl
Un as men tsolt im mit keyn dire-gelt
Hengt er aroys a kwitl
Dire-gelt un oy oy oy
Dire-gelt un boshe moy
Dire-gelt un gradewoy
Dire-gelt mus men tsoln
Kumt arayn der sshonzte mit dem grobn shtekn
Un as men gibt im nit keyn dire-gelt
Shtelt er aroys di betn
Dire-gelt un oy oy oy
Dire-gelt un boshe moy
Dire-gelt un gradewoy
Dire-gelt mus men tsoln
Oy farwos sol ich aych gebn dire-gelt, as di kich is zerbrochn?
Oy farwos sol ich aych tsoln dire-gelt, as ich hob nisht ojf wos zu kochn?