עס קומט באַלד דער יום־טובֿ חנוכּה און צוזאַמען מיט אים וועט מען ווידער רעדן פֿון דריידלעך. אַזוי ווי מיט אַ סך זאַכן אין דער ייִדישער געשיכטע, איז די מעשׂה וואָס אַלע קענען פֿון זייערע קינדער־יאָרן וועגן דריידלעך, אין גאַנצן אַן אויסגעטראַכטע. ס׳זענען ניט געווען קיין דריידלעך אינעם אוראַלטן גריכנלאַנד און דאָס דריידל האָט מען ניט אויסגענוצט ווי אַ באַהאַלטן מיטל צו לערנען תּורה. דערצו, האָט דאָס דריידל לכתּחילה גאָרניט געהאַט וואָס צו טאָן מיט חנוכּה אָדער מיט ייִדישע יום־טובֿים בכלל. ס׳איז אַפֿילו ניט געווען קיין ייִדישע שפּיל, נאָר גענומען בײַ אַנדערע פֿעלקער.
אַזוי ווײַט ווי מע קען דערקענען, איז דאָס שפּילעכל, וואָס הייסט הײַנט אַ דריידל (אַנדערע ווערטער אויף ייִדיש: אַ „גורל‟, אַ „וואַרפֿל‟, אַ „טרענדל‟), לכתּחילה געקומען פֿון אירלאַנד קיין דײַטשלאַנד. דאָרטן, אין די שענקען און קרעטשמעס האָבן מענטשן געשפּילט אויף געלט, באַנוצנדיק זיך מיט אַ ריזיקן דריידל, וואָס מע האָט גערופֿן אַ „טיאָטאָטום‟. דער „טיאָטאָטום‟ איז אַזוי אַלט, אַז די אותיות אויף אים האָבן בײַם אָנהייב געשטימט מיט די לאַטײַנישע ווערטער פֿאַר „נישט‟, „האַלב‟, „גאַנץ‟ און „שטעל אַרײַן‟. אין דײַטשלאַנד איז דער „טיאָטאָטום‟ געוואָרן אַ „טרענדל‟ און מע האָט אָנגעהויבן שרײַבן די אותיות אויף אים, אַז זיי זאָלן שטימען מיט די דײַטשישע שפּיל־באַפֿעלן: g, n, s, און h. ווען די ייִדן האָבן אָנגענומען דאָס דריידל און עס געמאַכט מיט ייִדישע אותיות, זענען די פֿיר אותיות געוואָרן „ש‟, „נ‟, „ג‟ און „ה‟. די דאָזיקע אותיות זענען פּשוט געווען אַן אופֿן בעסער צו געדענקען די כּללים פֿון דער שפּיל און צו דערקענען, ווער דאַרף אַרײַנשטעלן (אָדער נעמען) וויפֿל מטבעות.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192939/the-true-history-of-the-dreidel/#ixzz3tNrt7bGz